60
שאמר (כפי שנדפס בעתון "קוריער" ב' ניסן תר"ץ, ובעתון "דער אידישער רעקארד" [סט. לואיס] ו' ניסן תר"ץ):
איך דאַנק אייך זעהר פאַר דעם צוגעטיילטען כבוד — האָט דער רבי געזאָגט — אָבער ניט אום מיין כבוד געהט דאָ, נאָר אום יענע ליידענדע לומדי תורה אין רוסלאַנד, וועלכע שטעהן ממש מיט דעם טויט פנים אל פנים, ווי פיעל איהר ווייסט און וויפיעל מען דערציילט אייך איז קיין טויזענט טייל פון דעם, וואָס די לומדי תורה שטעהן אויס.
עס איז אייער פליכט צו העלפן אייערע ברידער ווייל זייער ליידען איז אייער ליידען.
* * *
אַזוי ווי די שוואַרצע אינקוויזיציע אין שפּאַניען האָט אַנשטאָט אָפּצואווישען די אידישע רעליגאן און דאָס אידישע לעבען, געשאַפען מאָראַלישע גבורים, מאַרטירער און העלדען, אַזוי שאַפט איצט די רוסישע אינקוויזיציע אין רוסלאַנד אַ דור פון מאַרטירער און העלדן.
די רדיפות אויף אידישקייט אין רוסלאַנד וועלען דאָס אידישע לעבען בייגען, אָבער ניט ברעכען — זיי וועלען בייגען דעם אידישן גוף, אָבער זיי וועלען שטאַרקען די אידישע נשמה.
לקראת ב' ניסן — "השנה העשירית לעלות הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה לגנזי מרומים, בארצות חיי החיים"70 — מדפיס רבינו קונטרס מאמרים [המכיל המאמרים ד"ה אני ישנה וד"ה שימני כחותם שאמרם ביו"ד כסלו וש"פ ויצא שנה זו] ללמדם ברבים ביום ב' ניסן.
ביום ב' ניסן לאחר מנחה אמר המאמר מה יפית71
בליל ש"ק ויקרא ז' ניסן, אמר מאמר ד"ה ומעין מבית הוי'72.
הערות
- 70. לשון רבינו במכתבו שנדפס בקונטרס ב' ניסן תר"ץ (סה"מ קונטרסים חלק א פח, א). נדפס גם באגרותקודש ח"ב ע' רלא.
- 71. נדפס בסה"מ שם קמז, ב ואילך.
- 72. נדפס בסה"מ תש"ו ע' 64 ואילך.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.