56
אויסערגעוועהנליך גרויס, ווייל יעדער איינער האט געוואלט כאפען א בליק אויף דעם גאסט, איז אבער געווען פולע שטילקייט און רוהיקייט. פיעלע זיינען געשטאנען מיט פארוויינטע אויגען פאר גרויס שמחה.
פון דיפא איז דער רבי אפגעפיהרט געווארען מיט גרויס פאראד אין דער באגלייטונג פון הונדערטע אויטאמאבילס וועלכע האבן געהאט דעם אויפשריפט "ברוךהבא" צו זיין צייטווייליגע וואהנונג אין הויז פון באקאנטן נדבן משה גילמאן, 3639 דאוגלאס בולווארד, וואו דער רבי וועט איינשטעהן א פאר טעג ביז די פאר איהם צוגעגרייטע וואהנונג אויף 3317 דאוגלאס בולווארד וועט זיין פארטיג.
.. . איבעראל זיינען געשטאנען גרויסע גרופעס אידן און באגריסט דעם גאסט. די גאנצע וועג איז דער טראפיק געווען אבגעשטעלט דורך מאטערסייקל פאליסמען.
ווען די מאשין וואו דער רבי איז געפאהרען איז צוגעקומען צום וואהנונג, איז די גאס פארהילכט געווארען פון די ברוך הבא אויסרופען. דער רבי האט דאן אויף די טרעפ באגריסט דעם עולם:
איך דאנק אייך אלעמען — האט דער רבי געזאגט — פאר די הארציגע אויפנאהמע וואס איר האט מיר געגעבן. איך באגריס אייך בני ובנות ישראל. אייער אויפנאהמע צייגט, אז איהר האט איידעלע אידישע נשמות. איך ווייס אז איהר באטראכט אין מיין פערזאן יענע אידען וועמען איך פארטרעט. איך בין צופיל איבעראשט אבער איך דאנק. איך האב א גערוס פאר אייך אלעמען און האף זיך נאך צו טרעפן מיט אייך. איך דאנק אויך די עפענטליכע פארטרעטער.
במשך שהותו בשיקאגא, בשבתות הי' מתוועד ובימי החול הי' עורך אסיפות ומקבל ליחידות.
בליל ש"ק בשלח י"ז שבט אמר רבינו המאמר דעו כי הוי' הוא אלקים25 ("מהמא' ואתה ברחמיך הרבים, נ"ח"27). במוצש"ק יתרו כ"ד שבט — בבית הכנסת ליובאוויטש — אמר המאמר אנכי ה' אלקיך63.
הערות
- 25. מאמר זה אינו תח"י לע"ע. ולא נזכר במפתח ספרי מאמרי ודרושי רבינו הנ"ל הערה 9.
- 27. יומנו של רבינו.
- 63. נדפס בסה"מ תש"ז ע' 208 ואילך.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.