51

דער רבי האָט אים באַדאַנקט און האָט אונטערשטרייכט, אַז ער האָט אַלע מאָל געשעצט און רעספּעקטירט דאָס אַמעריקאַנער פאָלק פאַר די וואַרימע סימפּאַטיעס וואָס אַמעריקא האָט שטענדיג אַרויסגעוויזען צו מיינע ברידער אין אייראָפּאָ. איבערהויפּט האָט דער רבי שטאַרק געלויבט דעם לעצטען אַרויסטריט פון פּרעזידענט הואווער אין דער צייט פון די געשעהענישען אין פּאַלעסטינא "דאָס אַמעריקאַנער פאָלק איז שטענדיג געווען און איז פאַרבליבען פריינדליך צו אונז אפילו ווען אַנדערע גרויסע פעלקער האָבען דאָס ניט געטאָן", האָט דער רבי פאַרענדיגט.

רבי לייגט אַוועק לארבער קראנץ אויף ליבערטי בעל

מ'האָט דעם רבי'ן נאָכדעם מיט גרויס פּאַראַד צוגעפירט צו דער ליבערטי בעל, וואו דער רבי האָט אַוועקגעלייבט אַ שעהנעם לארבער קראנץ און האָט דערביי באַמערקט: "די פרייהייט, וואָס איז געגרינדעט געוואָרען אויף רעליגיאן, איז די שטאַרקסטע פרייהייט".

מיט גרויס פּאַראַד האָט מען דעם רבי'ן מיט דער פינפטער סטריט געפירט צו זיין היים, וואָס איז ספּעציעל צוגעגרייט געוואָרען פאַר אים אין סטראָבערי מענשאָן. אַ גאָר גרויסער עולם האָט דעם רבי'ן אָפּגעוואַרט ביי זיין היים. גאַנץ סטראָבערי מענשאָן האָט געקאָכט ווי אַ קעסעל, מענשען זיינען געשטאַנען אויף די טראטוארען, און זאגאר אויף די דעכער — אומעטום, וואו מ'האָט זיך נאָר געגעבען אַ קעהר, האָט מען געזעהן מענשען.

הרב לעווינטהאל האָט דעם גרויסען גאַסט באַגריסט אויף דעם שוועל פון זיין היים אין דעם נאָמען פון גאַנצען פילאַדעלפיער אידענטום און האָט אויסגעדריקט זיין וואונש, אַז די פילאַדעלפיער אידען וועלען זיך ווי געהעריג אָפּרופען און שטיצען דעם רבינ'ס חבדי ישיבות: חכמה, בינה, דעת, וועלכע זיינען צושפּרייט איבער גאַנץ ליטע, לעטלאַנד, גאַליציען, פּוילען און סאָוועט רוסלאַנד".

דירת רבינו בפילאדעלפיע הי' ב1829 נארטה 33 סטריט.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.