174
מיט דעם אלטן רבי'ן זיינען געווען חלוקים בעבודתם, וכידוע המעשה שאמר אדמו"ר האמצעי לאביו, איך בין שענער פאַר דיר, דו האָסט ניט געהאַט אַזאַ טאַטן ווי איך האָב, ואמר לו איך בין שענער פון דיר, דו האָסט ניט אַזאַ זון ווי איך האָב.
והוא מפני שהיו חלוקים בעבודתם, אדמו"ר האמצעי הי' בבחי' מוחין, והרבי הי' עבודתו בבחי' התפעלות הלב, אך זה הי' קודם פּעטערבורג, אך אח"כ בבואו מפּעטערבורג אמר לו (מיט אַ ניגון) דו ביסט גערעכט נאָר מיט עבודה, ואמר לו מאמר והוא שורות אחדות4:
שאו ידיכם קודש5 — זהו העלאת המדות במוחין והארת המוחין בהמדות, וברכו את הוי'5 — שממשיכים על ידי זה שם הוי' דלעילא, שעל ידי זה פועל שיהי' — יברכך הוי' מציון6 — המשכת שם הוי' מעצמיות הנשמה, עושה שמים וארץ6 — שעי"ז הוא קיום העולמות. ע"כ. און ער וועט נתבאר ווערן אין די מאמרים7.
חסידות איז אַז דאָס וואָס מ'פאַרשטייט אין מוח זאָל אַראָפּקומען אין לב און ס'זאָל זיין די התאחדות פון מוח מיט לב, אַז ס'זאָל אַראָפּקומען אין עבודה בפועל ממש.
די וואָס האָבן געהאַלטן נאָר באַ די השכלה פון חסידות, זיינען ל"ע נתרחק געוואָרן דערנאָך, ניט נאָר פון ציור חסיד, וואָס דער ענין פון חסיד איז דאָך אַ ענין נעלה — מעביר על מדותיו כו', עס איז דאָך פאַראָן אַ ציור פון אַ פּראָסטן אידן, זיינען זיי נתרחק געוואָרן פון אַ פּראָסטן אידן, אפילו די וואָס האָבן ניט מחסר געווען (ניט מרוחק געוואָרן) פון תורה ומצות, נאָר פונדעסטוועגן, סוף כל סוף האָבן זיי גורם געווען אַ פּירוד, צי אין זיך צי אין יענעם, נאָר וואָדען אַז ס'זאָל זיין עבודה בפועל ממש.
מדות לא טובות, איז אין קדושה זיינען זיי אויך לא טובות, העזה וחוצפה שקר איז אין קדושה ניטא, גיאות איז יע פאַראַן אין קדושה, רמה קרני בהוי'8, ויגבה לבו בדרכי הוי'9, וואָס דאָס איז ניט קיין ענין פון גאוה, נאָר תקיפות10, אַזוי ווי ואתהלכה ברחבה11. העזה און שקר איז אין קדושה ניטאָ, אויך וואָס אַלע האָבן זיך אויסגעגלייכט, וואָס מען רעכנט אַז אַזוי ווי בזה הזמן איז ירהבו הנער בזקן12 מיינט מען אַז אין קדושה איז אויך אַזוי, אָבער דער אמת איז אַז נער דאַרף וויסן אַז ער איז אַ נער, און דער אויבערשטער זאָל געבן אַז ער זאָל קיין נאַר ניט זיין, און דער זקן דאַרף וויסן אַז ער איז אַ עלטערער, מצד די אחריות וואָס אויף אים, כי ממנו ילמדו, און השכלה פעלט איצט ניט, אַז מען גיט אימעצן אַ קוועטש, זאָגט ער צי אמת אָדער שקר.
דער ענין איז אַז חסידות דאַרף זיין דברי הרב13. אָבער אַרום חסידות, דער וואָס איז ניט קיין אחראי פאַר זיינע
הערות
- 4. הועתק ב"היום יום" ו מנחם אב.
- 5. תהלים קלד, ב.
- 6. תהלים שם, ד.
- 7. ראה ד"ה שאו ידיכם קודש שנאמר בשבת זו (נסמן לעיל הערה 1).
- 8. שמואלא ב, א.
- 9. דברי הימיםב יב, יד.
- 10. ראה גם לקוטי שיחות חכ"ב ע' 160 ואילך. ובכ"מ.
- 11. תהלים קיט, מה.
- 12. ישעי' ג, ה.
- 13. ראה לעיל ס"ע 38 ואילך. וש"נ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.