167
הרועה נאמן אשר דרוש להם, מוסר כליותי, בדכדוכה של נפש והרגש פנימי.
כל השעה ההיא ישבתי וידי על פני והדמעות התגלגלו בפרץ רב, כמובן אשר אלו שהיו באותו מעמד, הנה התלהבו מזה עוד יותר, והגביהו קולם בשיר וזמרה מאותם הניגונים אשר הם בעצמם (בלי שום זכרונות) מעוררים את הלב, ובפרט בעת שהכל עולה בזכרון, וק"ו בן ק"ו בעת שהלב היא פתוחה ובהתרגשות בלתי מוגבלה.
כל אלה יחדיו פעלו עלי רושם עז. ולפתע פתאום כאלו ירדתי מענני מרום, או עליתי מתהום רבה, עמדתי ממקומי (כן סיפרו לי) כולו נלהב ורועד ואפתחה פי, בדברים כאלה.
ברידער אידען בכלל, און אנ"ש והתמימים בפרט, מיר אללע אידין ואס גיפינען זיך אין רוסלאנד, שטייען אין דעם זעלביקין מצב ויא אונזערע עלטער עלטערין, אין דער צאייט ואס זיינען ארויס פון מצרים, דער מדבר פון דיא זייטין, דער ים פון פארונט און פרעה וחילו פון הינטין.
אללע אידין זאהלין ויסין, און יעדער איז זאל איינער איבערגעבין דעם אנדערין, אין מאיין נאמען, אז לויט דער רעגירונגס גיזעץ, קאן יעדער איד ממלא זיין אלע מצות אהן קיין שום שטערונג, יעדער טאטע קאהן לערנען זיין קינד בא א מלמד כו' כו'.
ברידער אידין, דער פוסטער מדבר איז פון ביידע זייטין, און דיא מצריים דיא יעווסעקציא ימח שמה רייבין פון הינטין, עס איז ביטער, מיר האבין ניט קיין אנדער זאך ויא וארפן זיך אין ים פון מסירות נפש, אין ים פון בטחון, אללע אידין וואס גיפינען זיך אין רוסלאנד, פרומע מיטעלע אינטליג' זאהלין גידיינקען דיא צייט פון דער אינקועזיציא ואס מיא האט גיברענט און גישטאכין פאר תורה, פאר מצות, יעדער איד זאל זאגין זיין וארט אז ער איז א איד און זאל באווייזין מיט א ארבעט פון בעטייליגין זיך אין דער גרינדונג פון א חדר, יעדער איז זאל גידיינקען דעם מאמענט, אידין קומט פאייער פון מסירת נפש, יעדערער זאל גידיינקען אז מיא נעמט בא זיי צוא זייערע קינדער, מיא ויל מאכן אונז אלעמען פאר ביעזדיעטניקעס רחמנא ליצלן, מיר זיינען מחוייב אלע גלאייך אהן אונטער שייד רבנים שוחטים מלמדים בעלי בתים סוחרים קרעמער יוריסטין דאקטוירים, מאנסביל וייבער אלע אין איין מיר זאיינען אידין און מיר גייען אייף מסירת נפש בפועל ממש פאר ברענט וערין חלילה פאר תורה ומצות אין דער לעבין קינדער און קינדס אידין.
אידין גיט צו פארשטיין איינער דעם אנדערין דעם ביטערין צו שטאנד צוא ואס עס האבין אונז צוא גיבראכט די שקצים דיא יעווסעקציא ימ"ש, גידיינקט וער אייער שונא איז, יעדערער זאל ערוועקין דעם געטליכין גיפיל ואס אין אים איז דא און זאל מלחמה האלטין מיט דעם ביטערין פארדארבליכין שונא, עוכרי ישראל היעווסעקציע ימ"ש, אידין האבין אסך דורך גילעבט בכל דור עומדים עלינו לכלותנו והקב"ה מצלנו מידם און גיויס ועט אונז דער אייבערשטער איצטער אייך העלפין נאר יעדערער מוז גידיינקען זאיין צו שטאנד, מיא ויהל אידין ח"ו אוייס שמדין גידיינקט און ראטעוועט זיך וען עס איז נאך מעגליך, מאכט חדרים, גייט אין דיא שוהלין לערנען אלע טאג, האלט זעך אין דער אידעשין אלטין ועג
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.