164

לערנען, די מלוכה לאָזט לערנען, נאָר די יעווסעקציע ימ"ש לאָזט ניט לערנען21.

ווער איז די יעווסעקציע? אַ רב'ס אַ זון אַ גלעד'ס אַ זון [.. . 12]

די מלוכה לאָזט לערנען, אַז מען נעמט צו אַ שול גיט מען אַ זשאלאבע22 אין אַ העכערן אָרט, הייסט מען אָפּגעבן.

אַז די מלוכה וואָלט ניט לאָזן לערנען, וואָלט איך געווען אַ מורד במלכות, אָבער די מלוכה לאָזט לערנען, דאַרף מען זען אָפּגעבן די קינדער אין חדר.

ואמר כ"ק אדמו"ר: און איר איטשע, איר זאָלט וועלן מאַכן דרייסיק רובל

[.. . 12], מיר איז בעסער דרייסיק אינגלעך זאָלן לערנען, געלט איז ביי מיר גאָרניט, איך דאַרף ניט דרייסיק רובל, און ניט קיין דריי הונדערט רובל, אין ניט קיין דרייסיק טויזנט רובל, גשמיות איז ביי מיר עפר ואפר.

— איך האָב בכח אייך אַלעמען צו געבן גשמיות, שיקט מיר אַ טעלעגראַמע פאסילייסע דענגיע נא בילעט —

און אַז ניט, זייט איר זיך אַ ערלעכער איד, וועט איר אַ גאַנצן טאָג לערנען און דאַוונען, אָבער מיט מיר זייט איר כלל וכלל קיין שייכות ניט.

איך האָב פאַר קיינעם קיין מורא ניט, קיין זאַך איז מיר ניט מפריד ומפריך, איך בין ניט אויף דער וועלט, דער וואָס איז ניט נתפס אין עוה"ז, איז עוה"ז אויף אים ניט מעלים ומסתיר.

לאָמיר ריידן אויף פּראָסט אידיש: דער וואָס איז געבאָרן געוואָרן פון אַ מקוה, און הורתו ולידתו בקדושה, וועט זיך אומקערן, הינקעדיקע, צובראָכענע, צושטאָכענע, אָבער מען וועט זיך אומקערן.

מען דאַרף זען אַז אין יעדער שטאָט זאָל זיין אַ מקוה, אָנהויבן זאָל זיך דאָס פון פּאָלאָצק. אין אין יעדער שטאָט זאָל זיין מלמדים.

ואל יאמר הסריס23 — אַזאַ וואָס לפי דעתו האָט ער ניט קיין דעה אין שטאָט, אַ רב אַז ער קומט אין אַ שטאָט, איז די בעלי בתים זאָגן אַז ער איז אַ בעל הבית, און ער זאָגט אַז ניט, און דער אמת איז ווי די בעלי בתים, אַז ער איז אַ בעל הבית. ער איז אַ בעה"ב אויף אַראָפּנעמען אַ קאָפּיקע פון די שחיטה געלט, דאַרף ער זען אַז אין יעדער שטאָט זאָל זיין מלמדים, און אַז אַלע קינדער זאָלן גיין אין חדר.

און מען זאָל זיך ניט שעמען אַליין צו טראָגן האָלץ צו הייצן די מקוה, אַז עס איז דאָ אַ בעדער זאָל ער הייצן די מקוה, און אַז ניט זאָל מען אַליין הייצן. אויב ניט וועט מען אַלס איינס טראָגן האָלץ צו פאַרקויפן אויף אַ פאנט האָלץ, טאָ זאָלן זיי בעסער טראָגן האָלץ אויף הייצן די מקוה.

זיי זאָלן גאָר ניט וועלן שטיין אויבן אָן, אויבן אָן איז אַ אָרט פאַר די פּערווע גילדיעס און וושארע גילידעס.

יונגעלייט דאַרפן אַ מקוה, ניט אַזוי ווי עס איז דאָ אַנדערע וואָס זיינען מהפך די כוונה פון חסידות. יונגעלייט דאַרפן אַ מקוה.

הערות

  1. 21. ראה גם לעיל ע' 101 ובהערה 33. וש"נ.
  2. 12. בהכת"י שתח"י חסרים כאן כמה תיבות.
  3. 22. = תלונה.
  4. 23. ישעי' נו, ג.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.