163
אין ליובאַוויטש קאָפּילס אַ זון, וואָס ניין אַזייגער פלעגט ער שוין עסן בולקע, פאַרשטייט מען פאַר אַ אינגל פון תומכיתמימים וואָס פאַר אַ פּנים האָט דאָס געהאַט. . . ]
אַזוי וועט זיין פעטערבורג — אַז אַ גוי וועט האַלטן אָפן אַ קראָם שבת, מאַכט ניט אויס, וועגן גוי'אישע קראָמען רעדט מען ניט. אָבער אַ איד וועט ניט האַלטן אָפן אַ קראָם שבת20.
יא. מען דאַרף זיין אַ טפח העכער פון דער ערד. אין שווייצאַריע
— כ"ק אדמו"ר אמר לאחד מנעוול: דו ביסט דאָך געווען אין שווייצאַריע, ורמז לרש"ג שגם הוא הי' בשווייצאַריע, ואמר: די אידן זיינען דאָך ניט געווען אין שווייצאַריע —
דאָרטן אין שווייצאַריע גייט מען שפּאַצירן אויף די בערג,
— עס זיינען אַלעערליי טיולים: דער סדר פון קוראָרט איז אַז נאָכדעם עסט מען און מען טרינקט,
עס איז פאַראַן אַ סאָרט וואָס מען גייט אַרום און מ'טראַכט אז אין אין סוף שלפני הצמצום וואָלט ניט געווען קווין, צי וואָלט קענען זיין דער קו לאחר הצמצום —
איז פאַראַן אַזאַ מין סאָרט טיול אַז מען גייט אויף אַ באַרג וואָס איז גבוה 6 וויאָרסט, העכער פון די וואָלקנס. איז בשעת מען גייט אַראָפּ פון באַרג זעט מען אַז די ערד איז נאַס וויילע עס איז געגאַנגען אַ רעגן, בשעת מען איז אויף דעם באַרג זעט מען ניט, ווייל מען איז העכער פאַר די וואָלקנס20.
אַזוי דאַרף מען זיין העכער פון דער ערד, איין טפח העכער פון דער ערד איז ניט נוגע וואָס עס טוט זיך אויף דער ערד.
יב. ואמר כ"ק אדמו"ר: פיניע, דו וועסט אָפּגעבן דיין אינגל לערנען?
והשיב: יע.
ושאל כ"ק אדמו"ר: ווען?
והשיב: נאָך פסח.
ואמר כ"ק אדמו"ר: ניט נאָך פסח, נאָר זונטיק. פיניע, זיי ניט קיין. . . פאַרגעס ניט אַז דאָס איז אַ נפש, דו שפּילסט זיך מיט אַ נפש.
די וואָס גיבן ניט אָפּ די קינדער אין חדר זאָלן גאָר צו מיר ניט קומען, איך וועל גאָר זייער ערבות ניט אָננעמען.
מען מעג לערנען. עס איז ניט אמת וואָס מען זאָגט אַז מען טאָר ניט
הערות
- 20. נוסחא אחרת: כ"ק אדמו"ר שאל את מיכאל אם הי' בליובאוויטש, ואם הי' ברחוב חאחלאויקא, שיללעווער ובראם? וענה. ואמר כ"ק אדמו"ר: דער גילוי פון משיח איז שוין פאַראַן, אלע מחשבי קיצים האָבן ניט משער געווען אויף אַזעלכע העלמות והסתרים. אין ליובאַוויטש האָט אַ גוי געוואוסט אַז ש"ק איז פאַרמאַכט די קראָמען, האָט ער ניט וואָס צו פאָרן, וואָרום אַ גוי פאָרט דאָך קויפן זאַלץ. ער האָט געוואוסט אַז אויף שטאַרע פעטראָגראַדסקי איז די מקוה. ער האָט געוואוסט אַז אַ איד גייט מיט טלית און תפילין דאַוונען. און ער האָט געוואוסט אַז יעדער איד גיט אָפ זיינע קינדער אין חדר. פעטראָגראַד דאַרף אויך זיין ווי אין ליובאוויטש. וועגן גוי'אישע קראָמען רעדט מען ניט, זיי זיינען דאָך ניט אונזערע. פאַנטעלעמאנאווסקעוו דאַרף זיין חאַחלויקע, מאַחאַווייע — שילעווער. ביי אונז איז שוין אזוי, מען האָט געמאַכט אַ קביעות אויף לערנען אין. . שולן. עס דאַרף אָבער זיין אויף דער גאַנצער וועלט אזוי, יעמאָלט וועט קומען משיח.
- 20. ראה גם שיחת ש"פ בראשית תשמ"ו.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.