162
מען דאַרף די קינדער אָפּגעבן ביי אַ מלמד, און טאַקע ביי אַ אידישן מלמד, און דאָס וועט מקרב זיין די גאולה,
— די מחשבי קיצים האָבן גאָר ניט אויסגערעכנט אַז אין דאָס זאָל זיך ווענדן ביאת המשיח17,
דערפאַר דאַרף מען זען מיט אַלע כחות אָפּגעבן די קינדער לערנען, און מיידעלעך דאַרף מען איצטער אויך לערנען, אַמאָל האָט מען מיידעלעך ניט געדאַרפט לערנען, נאָר איצטער דאַרף מען זיי לערנען ברכות נט"י.
[.. . 12] פאַרשטיין דעם ענין פון מסירת נפש.
און מען זאָל זיי אין שקאלע כלל וכלל ניט געבן.
ח. אַז מען זאָל זאָגן צו אימעצן: גיב אפּ דיין טאָכטער אין שקאָלע, און אַז ניט וועט מען דיר די קאָפּ אַראָפּהאַקן. דאַרף ער זיך לאָזן די קאָפּ אָפּהאַקן, און אין שקאָלע ניט געבן. אַז מען וועט אונטערלייגן אַ פייער האָלץ און מען וועט אים וועלן פאַרברענען, זאָל ער אָפּשפּילען די האַרץ, און זאָגן: פּאזשאַלוסטע, טוט מיר וואָס איר ווילט, און דאָס ניט. מיר זיינען איינגעוואוינט מיט מסירת נפש [.. . 12].
וכ"ק אדמו"ר אמר לאחד מאנ"ש מנעוול (זלמן שמו): זלמן אַז מען וועט מאַכן אַ קליעטקא18 פון טרוקענע בעראזאוויא האָלץ, און מ'וועט דאָס אָנצינדן און מ'וועט דיר זאָגן: קלייב זיך אויס, אָדער גיב דיינע קינדער אין זייער שקאלע, אָדער וואַרף זיך אַריין אין פייער, זאָג איך דיר זלמן, זאָלסטו זיך אַריינוואַרפן אין פייער, לאָז זיך פאַרברענען (חלילה) און ניט אָפּגעבן דיין קינד צו זיי אין שקאלע.
ט. אנכי אערבנו, איך האָב גענומען די ערבות אַז אידן וועלן אָפּגעבן די קינדער לערנען. און דער וואָס וועט ניט אָפּגעבן זיין קינד לערנען וועט ניט מוצא שנתו זיין.
מען זאָל זיך גט'ן מיט די ווייב אויב זי וועט ניט לאָזן אָפּגעבן דעם קינד לערנען.
י. גילוי אור משיח וועט זיין אין פעטערבורג ווי אין ליובאַוויטש, פאנטעלעמאנאווסקעוו קראם גאַס דאַרף זיין חאַחלויקע19, מאחאווייע — שיללעווער19. יעדער גוי אין ליובאַוויטש האָט געוואוסט אַז אויף סטארע פעטערבורסקע איז די מקוה, אַ גוי האָט געוואוסט אַז שבת קריגט מען ניט קיין זאַלץ. ער האָט געוואוסט אַז אַ איד גייט מיט אַ טו"ת דאַוונען, און ער האָט געוואוסט אַז יעדער איד גיט אָפּ זיינע קינדער אין חדר [עס איז אויך געווען
הערות
- 17. ראה נוסחא אחרת בהערה 20.
- 12. בהכת"י שתח"י חסרים כאן כמה תיבות.
- 18. {6} מדורה.
- 19. חאחלויקע, שילעווער — שמות של רחובות בליובאוויטש. פאנטעלעמאנאווסקעוו, מאחאווייע — שמות של רחובות בליענינגראד (פעטראגראד)[ednref_24_*]. [edn_24_*] ביתו של כ"ק אדמו"ר היתה ברחוב מאחאווייע בית 22 מעון 12. [edn_24_*] ביתו של כ"ק אדמו"ר היתה ברחוב מאחאווייע בית 22 מעון 12.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.