126

ביי אונז איז נאָר ווייכע און זיסע, וואָרום באמת איז דאָך וחשב מחשבות לבלתי ידח ממנו נדח12, און סוף כל סוף וועלן אַלע נתקרב ווערן, נאָר מ'האָט דאָך גערעדט אין רס"ג בענין שבירת הגשם, דאַרף מען ניט וואַרטן אויף דעם, עס איז דאָך ה' יחתו מריביו13 ה' תרעץ אויב14, איז אַ אוהב דאַרף ניט וועלן וואָס אַ אויב, ער קען ניט צונעמען וואָס אַ אויב.

יא. [נתן משקה לר"ד, וביקש ר"ד שיתן לו פון אַ גאַנצער בוטעל. ואמר כ"ק אדמו"ר:] דער בעש"ט האָט מגלה געווען און דער מגיד האָט מבאר געווען און דער רבי האָט אַראָפּגעטראָגן אין השגה הענין של השגחה פּרטית. עס איז פאַראַן השגחה פּרטית וויפל מאָל די בלעטל זאָל זיך איבערקייקלען15, און ווי זאָל זי נח זיין, און ווער זאָל אויף איר טרעטן, אַ איד גייט דורך פאַרן דאַוונען און זאָגט דערווייל פון פאָרנט כדי אָנהויבן אין שול פון הודו פון ברוך שאמר, אָדער עס גייט דורך סתם אַ איד וואָס טראַכט וועגן דעם בלעטל.

דער רבי בעת ער פלעגט איבערלייגן די האַנט פון איין אָרט אויף דעם אַנדערן איז דאָס געווען בדוגמא שלמעלה16. איך גיב דיר פון דער בוטל דאַרפסטו ניט בעטן פון דעם אַנדערן, ווער עס איז דאַרף זיין בדוגמא שלמעלה, זאָל זיין איך, דאַרף מען דאָך ווערן אויס איך, איז ממילא דאָס אויך גע'פּועל'ט, איך בין מערניט ווי אַ משפּך, דער גוף איז מוגבל איז אַריבער אין אַ אנדער גוף, טאָמער איז די תמונה ניט אַזוי איז דאָך דאָס מיר נוגע עד תו"ס כו', און אַזוי ווי איך וויל ניט רעדן וועגן אייך וויל איך ניט רעדן וועגן זיך.

יב. בטוח אני אַז בימי וועט קומען משיח17. מיר זיינען שוין כלים צו דער גילוי המשיח בפּועל, איך בין דאָך אַ יונגערמאַן אין די מיטעלע יאָרן, וועלן מיר אי"ה זוכה זיין צו גילוי המשיח. פאַראַן טויזנט דריי הונדערט זעכציק שטעט אין רוסלאַנד וואו עס וואוינען אידן, און אין יעדער שטאָט איז פאַראַן אידן וואָס לערנען, בעה"ב "רגלי דשכינתא", פאַראַן אַזעלכע בעה"ב וואָס ראויין שתשרה עליהם שכינה כמשה רבינו ע"ה.

יג. [אמר לאחד:] דו ביסט אַ ריבינסקער, זאָלסט אין ריבינסק זיין אַ ריבינסקער. אַז דו קומסט אַהערצו ביסטו אַ ריבינסקער נאָר אין ריבינסק זאָלסטו זיין אַ ריבינסקער איד, אויב ניט ביסטו דאָ אויך ניט קיין ריבינסקער. און אַזוי חרקוב, קיוב, כו'.

די גבאים דאַרפן זיך לייגן אויפ'ן טראָטואַר18 און בעטן זיך אַז מען זאָל קומען צו זיי אין שול, און ניט אָפּזאָגן זיך פון גבאות וויילע ער האָט מורא טאָמער וועט

הערות

  1. 12. שמואלב יד, יד. וראה הל' ת"ת לאדה"ז פ"ד ס"ג. תניא ספל"ט.
  2. 13. שמואלא ב, ט.
  3. 14. בשלח טו, ו.
  4. 15. ראה ד"ה הטה אלקי דש"פ יתרו תרצ"ד. ד"ה ובראשי חדשיכם דש"פ קדושים תרצ"ה. סה"מ תרצ"ו ע' 120 ואילך. לקמן ע' 134. 193. 194 (ובהערה 28). 229. שיחת יט כסלו תרצ"ד סעיף גד. ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 125. שיחת יום שמח"ת ה'שי"ת סעיף ב.
  5. 16. ראה ספר השיחות תורת שלום ס"ע 12 ואילך.
  6. 17. ראה שיחת ש"פ חיי שרה תשי"א סעיף ח (לקו"ש חט"ו ע' 505). ועוד.
  7. 18. {6} מדרכה.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.