124
אלי' צי פון רפאל'ן), פון די פיר הונדערט פלעגן צוואַנציק פאַרשטיין און די איבעריקע דאַרפן הערן די ווערטער, און די דאַרפן מאַכן די מקוה, און דו דאַרפסט לערנען חסידות, צי האָט איינער אַמאָל געטראַכט וועגן בשר בצלחת, צי איז ער געגאַנגען אין קיך אַ קוק טאָן וואָס קאָכט זיך דאָרט, רשפּי אש איז דאָך גאָרניט. עס דאַרף זיין אהבה הנמשכת כמים, און עס דאַרף זיין שפיכת הנפש אויסשפּייען די נשמה, וואָס דאָס איז שפיכת הנפש.
[הרב התחיל להתנצל ולהתאונן, ואמר כ"ק אדמו"ר:] וועגן פּועל דאַרף מען ניט טראַכטן, מ'דאַרף זיין העכער פון דעם. אַז דו באַגעגנסט אַ איד וואָס זיין אינגל לערנט דאַרף זיך ביי דיר ממילא רעדן (דער רב דאַרף זיין אַ רב און מען דאַרף דאָך האָבן אַ מקוה והדומה, סדר הישראלי — אַ רב, אַ שוחט, אַ מלמד, וכל הגדול גדול כו', איז דער גדול באמת איז דאָך אַנדערש, אָבער די רבנים איז דאָך כל הגדול גדול כו').
אַז איר קומט אַהערצו דאַרף מען אַריינגיין און דערציילן וואָס פריער וואָס איצטער, און וואָס טאָן, און אויב נאָר זען זיך האָט איר ניט וואָס צו קומען אַהער, מ'קען זיך זען מיט אַ 7 מיט אַ 8 קאפּעצנע מאַרקע (איך ווייס ניט, חאַציע5 און חיים6 קלעפּן מאַרקעס, איך האָב אויך אַ קעסטעלע מאַרקעס נאָר איך ווייס ניט. איך פרעג אַלעמאָל צי 7 צי 8 ק'), איר קענט קומען אין פעטערבורג. . . נאָר ניט אין ליובאַוויטש, בעלי בתים מאַכט ניט אויס7.
ה. [אמר להרב א"א:] דו זאָלסט לערנען חסידות, וועט ממילא זיין אַלץ ווי עס דאַרף צו זיין.
[ושאל הרב הנ"ל: הלא זהו מדריגת צדיק, בדרך מלמעלה למטה? ואמר כ"ק אדמו"ר:] ניט אַזוי מיין איך, איך מיין אַזוי, אַז דו וועסט דאַוונען ביז דריי אַזייגער און דער בעה"ב וועט ממילא ניט איבערטראַכטן וועגן דיין זמן תפילה, איז איין איד וועט אָפּדאַוונען און אַוועק גיין אין מאַרק, או איין איד וועט אָפּדאַוונען און זעצן זיך לערנען אַ פּרק משניות, און דערנאָך וועסטו גיין עסן וואַרמעס, און ניט מען זאָל וואַרטן אויף דיר און טאַקע עסן אַ פאַרברענטע און דו וועסט קומען צוריק אין שול וועסטו טרעפן אַז דער בעה"ב האָט אָפּגעדאַוונט מנחה און אַוועקגעגאַנגען אין מאַרק און דער אַנדערער האָט זיך אַוועקגעזעצט לערנען.
ו. איר רבנים דאַרפט קיין געלט ניט האָבן, נאָר וואָס זיי דאַרפן ניט קיין מותרות, טאָמער דאַרף ער אויף חתונה מאַכן אַ טאָכטער וועט זיין, טאָמער
הערות
- 5. הר"ר יחזקאל פייגין. מזכירו של כ"ק אדמו"ר מהוריי"צ נ"ע. — ראה אודותו לעיל ע' 51 הערה 1.
- 6. ראה לקמן ע' 128 ובהערה 4.
- 7. ראה לשמע אזן ע' קמ: י"ט כסלו[ednref_19_*] האט אדמו"ר זי"ע גערעדט וועגן דעם ענין פון התקשרות, און וואָס מ'פאָרט [צו אים]. און זאָגט: מ'קען דאָך אָנשרייבן אַ בריוו פאַר אַ 7 קאָפּ. מאַרקע. ריידן האָט ער דאָס גערעדט צו הרב התמים רפאל גערמאנעוויצער ער איז דאַן געווען אַ רב אין נעוול. אויף יענעם י"ט כסלו איז געווען נאָך אַ רב פון קיעוו. דערנאָך האָט אדמו"ר זי"ע אַ זאָג געטאָן: מ'זאָגט דעם טאָכטער און מ'מיינט דעם שנור... [edn_19_*] בלשמע אזן שם: יט כסלו תרפ"ה. אבל כנראה שצ"ל תרפ"ז.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.