123
פּועל'ן אַ הגדלה, איינער האָט געהערט פון יחידות אָדער אַ מופת און ביי אים איז דאָס נתגדל געוואָרן און דערציילט דעם צווייטן און ביי דעם צווייטן איז דאָס אויך נתגדל געוואָרן. ווען מען וואָלט וויסן בדיוק האָט מען געדאַרפט דערציילן.
ב. והמשכילים יזהירו כזוהר הרקיע2. אַ מלמד איז מאיר, אַ רב איז ער מאיר איז גוט, טאָמער ניט מאַכט מען אַז ער זאָל מאיר זיין [ושאל הרב רפאל3: אַ רב איז דאָך אויך אַ מלמד, נאָר ער גייט בטל. ואמר כ"ק אדמו"ר:] ער פאַרשטייט די זאַך, נאָר אַ מלמד איז פּשוט וואָס ער איז מלמד תינוקות של בית רבן, אַ רב לערנט דאָך ניט מיט קינדער, אפילו אויב ער לערנט מיט בעלי בתים אָבער דאָס איז ניט וואָס כל העולם קורא מלמד.
ג. [אמר לאחד הרבנים:] גענוג צו ספּעקולירען4 מיט מסירת נפש, ביז איצט איז געווען אַ געשעפט מס"נ אויף. . . והדומה, מען איז געווען צוטראָגן עס איז געווען מבלי סדר, איצט איז אַראָפּ די ספּעקולאַציע כו' מס"נ, ישחקו הנערים, שוין אַראָפּ אַלע העלמות והסתרים פון תורה ומצות, אין געכן וועט מען בענקען נאָך מס"נ, מ'וועט דערמאָנען שלמה חיים4 איז וואו נעמט מען דאָס איצט.
פון פ' ביז פ"ז — התחלת השנה איז דאָך כרוב השנה — איז געווען חג"ת נה"י, און היינט הויבט זיך אָן מוחין, חב"ד. מ'דאַרף לערנען חסידות, העלמות והסתרים האָט מען אַראָפּגענומען אַ דאַנק דעם אויבערשטן.
עס איז פאַראַן בעלי בתים וואָס זיי איז נוגע אין פנימיות הלב דער ענין פון אחד כו'.
זיי זיינען רגלי דשכינתא, געזונטע פיס זיי זאָלן געזונט זיין, זיי וועלן אויסטרעטן אַלע גאַסן און געסלעך און זיי וועלן מאיר זיין אין מוח ולב, זיי דאַרפן זיך נעמען צו זייער אַרבעט, אַראָפּ ספּעקולאַציע, די פיס גייען אומעטום און די קעפּ קענען וויסן אומעטום ניט גייענדיק, מוח ולב אָן רגלים לא יעלה ולא יבא — קענען ניט זיין, און רגלים אָן מוח ולב לא יעלה ולא יבא — קענען ניט לעבן, מוח ולב דאַרפן זיך נעמען צו זייער אַרבעט.
מ'דאַרף לערנען חסידות און דאַוונען נאָר ניט לערנען די השכלה פון חסידות. איך מיין ניט שולל זיין די השכלה פון חסידות. נאָר ניט דער עיקר דאַרף זיין שכל, שכל איז טרייף און פּסול, נאָר דער שכל זאָל זיין אין דעם אלקות פון חסידות, ער דאַרף נכלל ווערן אין אלקות. דער שכל דאַרף ווערן שכל אלקי, אַזוי ווי דער כח המשכיל און דער חומר המוח. מ'דאַרף ניט וועלן אָפּלערנען גאַנץ חסידות, לאו כל מוחא סביל דא, מ'דאַרף אָפּלערנען דריי שורות נאָר כו'.
ד. [אמר להרב רפאל3:] עס קערט זיך די וועלט מקצה העיר ועד קצהו. מ'איז אַלע פאַרנומען וועגן דער מקוה, דער רב לערנט ניט דערווייל כו', דו לערן די מקוה וועט מען איספּראַווען. אין נעוול דאַרפן פיר הונדערט בעלי בתים הערן חסידות ווי אַלעמאָל איז געווען (צי פון
הערות
- 2. דניאל יב, ג.
- 3. הרה"ג ר' רפאל כהן הי"ד מעיר גערמאנאוויטש. רב בנעולל ולאח"ז בריגא. חידו"ת ממנו — "התמים" חוברת ד' ע' נג [קצב, ב]. חוברת ו' ע' סג [רצט, א]. קובץ יגדיל תורה נ.י. חוברת סז ע' שלט ואילך.
- 4. {6} ספסר.
- 4. ראה לעיל ע' 121 הערה 5.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.