115
חסידות האָט אויפגעטאָן דעם חיות אין עבודה בפועל). ב) דעם געשמאַק אין שכל. דער שכל פון חסידות איז העכער פון אַלע שכליים, עס איז פאַראַן אפילו ווער עס וועט לאַכען, נאָר עס איז אַזוי, שכל האָט ניט קיין שכל צו פאַרשטיין די מעלה פון שכל, וויפל חסידות זאָגט די מעלה פון שכל, און דאָ איז דאָך דער אלקות, אַז ער ליגט אונטער די קאָלדרע און פאַרשטייט במוחו דעם ענין פון אתה הוי' לבדך, ומשיג בהשגה טובה, שעי"ז נזדכך חומר המוח ונעשה כלי לאלקות כמו התפילין וכו' שהם כלים לרצון העליון (וואָס ער ווינטשט זיך אין קבר אַזוי פאַרשטיין, דער גוף אין קבר זאָל אַזוי פאַרשטיין חסידות, די נשמה וועט זיין גוט אין קבר, נאָר דער גוף כו'), און דערנאָך גיט ער זיך אַ טראַכט ווער איז ער, דער משיג, וואָס ער ווייסט דאָך ווער ער איז, עי"ז ווערט ער צובראָכן.
(כשדיבר ע"ד דער גוף אין קבר זאָל אַזוי פאַרשטיין, אמר:) דער גוף אין קבר איבער הונדערט און צוואַנציק יאָר, דער עיקר איז גאָר דער הונדערט און איין און צוואַנציקסטער, נאָר מען זאָגט אַזוי.
ד. רבים שואלים אין וואָס פאַר אַ ענינים זיי זאָלן זיך מתבונן זיין. אַז מ'ליגט אין חסידות און מ'דערהערט דעם אלקות איז וואָס דאַרפסטו נאָך.
ה. [אמר לאחד:] נעמט אַ ביסל בראַנפן. הגם שהי' צריך לומר בלשון אחר, נאָר דער טאַטע האָט אַזוי געזאָגט, וחייב אדם לומר בלשון רבו2, און ער איז דאָך געווען אַ אור עצמי.
ו. בכלל יונגעלייט דאַרפען ניט טראַכטן קיין נאַרישקייט. . . דוכט זיך ער היט זיך גאָר, און אַ קער אַהער און אַהער און ער ווייס אַליין ניט ווי אַזוי דאָס איז פאָרגעקומען און ער איז שוין אַריבערגעפאַלן.
ז. מ'דאַרף טאַקע זיין גאַנץ אין פועל, פון החלטות אַליין קומט גאָרניט אַרויס, אַ החלטה און ווידער אַ החלטה, מ'מוז זיין גאַנץ אין פועל.
ח. דער עולם איז איצטער פאַרפּוסטעוועט געוואָרן. אַמאָל זיינען חסידים געווען קלאָר דעם רמ"ק און די עבודה (עבודת הקדש) און ווער רעדט ע"ח און פרע"ח, ווען איר וואָלט לערנען ע"ח (פרע"ח?) וואָלט איר וויסן דעם הפרש (כמדומה שאמר איזה ענין בצדקה וגמ"ח) וואָס שטייט אין דער הקדמה.
ט. בדרך כלל איז דאָך ידוע אַז מען שרייבט אַ בריוול דאַרף מען פריער גיין אין וואַסער, און ווידער שרייבן אַ בריוול איז בעסער לערנען אין דער צייט חסידות.
י. עס איז געווען אַזוינע וואָס זיינען אַריינגעגאַנגען וועגן [תניא] פרק ז'. און איצטער איז ער אַ גאַנצע זאַך און מ'קען הערן אַ ליגן אויך3.
יא. ע"פ הקבלה יש ליזהר בשתיית משקה4, ווער רעדט וויין אודאי, עס איז געווען אַזוינע וואָס האָבן געטראַכט וועגן דעם. צו קידוש והבדלה מאַכט ניט אויס.
נאָר לצורך העבודה מאַכט ניט אויס4, אָבער אַזוי משקה איז אַ איסור. ווער רעדט נעמען משקה ווי אַ בעה"ב, גאַרציצע צו פיש און חריין, צו פלייש אודאי ניט.
הערות
- 2. ברכות מז, א.
- 3. כנראה הכוונה שכאשר נכנסים ליחידות אינם מגלים האמת. — הכותב.
- 4. ראה גם לעיל ע' 28.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.