105
אַזייגער באיי דער נאַכט? דעם בעש"ט'ס קידוש איז דאָך אַ קידוש ביז איבער אַ יאָר ערב ר"ה, וואָרום וואָס איז דעם בעש"ט'ס קידוש, אויף לקדש את העולם.
דער אלשיך איז גאָר אַ פשטן, רעדט ער דעם גאַנצן סדר פון פסח ווי דאָס איז אין עבודה אין כחות הנפש זאָגט ער אויך אַז דער קידוש פון פסח איז ניט גלייך צו דעם קידוש פון אַ גאַנץ יאָר פון שבתות ויו"ט.
נאָר דעם בעש"ט'ס קידוש איז אויף לקדש את העולם, ווי עס שטייט פאַרשריבן בכתבי הצ"צ5 אַז אַ נדר איז ניט חל עד שיתפס בדבר הנדור6 והאידנא איז חל בכל דבר, וה"מ לאחר התגלות הבעש"ט בעולם, ווייל דער בעש"ט האָט מקדש געווען את העולם דערפאַר קען שטיין דעם בעש"ט'ס קידוש ביז איבער אַ יאָר.
דער צ"צ פאַרגינט זיך צו זאָגן אויף דעם פסוק7 "איש כי תשטה אשתו", טייטשט ער אַזוי, "איש" איז עצם הנשמה "כי תשטה" איז הארת הנשמה המלובשת בגוף, וואָס תכלית העבודה איז עבודה בפנימי', "ומעלה בו מעל" — אַז ער וויל נעמען אלקות אין השגה, ער וויל פאַרשטיין די טעמי המצות, "ונסתרה גו' והיא לא נטמאה"8 — איז אויף דערויף פאַראַן אַ דין ומשפט צי פון אַ ריבוי חקירות איז ער ניט אַריינגעפאַלן אין שכל אנושי.
ג. יש בכתבי מהר"ש בד"ה "מים רבים"9 אַז ניט די כוונה איז אַז מען זאָל ניט זיין אין עסק, נאָר זיין אין עסק, נאָר מען זאָל וויסן אַז דער עסק איז אַ ציווי הוי' דאָס הייסט צוותא וחיבור10 צו שם הוי'.
אַז אַ איד וואָלט וויסן וואָס טוט זיך אָפּ דורך זיינע אַ פּעולה טובה אָדער אַ מחשבה טובה וואָס גאַנץ סדר השתל' וואַרט אויף דעם, פרצוף הראשון דא"ק האָט דאָס קיין מאָל ניט משיג געווען, ער האָט דאָס ניט געהאַט און ער וועט דאָס ניט האָבן.
עס דאַרף ניט פאַראַרן וואָס מ'האָט פאַרמאַכט אַ שול אַ ישיבה, דאָס דאַרף זיין נוגע צו די גדולים, גדולי ישראל, איך בין מחויב פאַרענטפערן דעם אויבערשטן? דאָס איז העלם העצמי דא"ס, איך דאַרף זיך פאַרענטפערן פאַר טיטוס'ן וואָס גידר כו'11?
נאָר אויב אַז עס ווערט איינג אין קאָפּ מחמת דעם הסתר פון גוף דאַרף מען זיך דערמאָנען אויף די אַמאָליקע צייטן אַז עס איז געווען גוט אויך.
בשעת אחז — וואָס "למה נקרא שמו אחז שאחז (סגר) בתי כנסיות ובתי מדרשות" כמ"ש בגמרא ומדרש12 — האָט געזאָגט "אם אין קטנים אין גדולים אם אין גדולים אין תלמידים וכו'"12, האָט דער אויבערשטער געענטפערט
הערות
- 5. ראה סהמ"צ להצ"צ מצות נדרים מב, סע"ב ואילך. מד, א.
- 6. ראה נדרים יד, א.
- 7. נשא ה, יב.
- 8. נשא שם, יגיד.
- 9. תרל"ו פרק א. וראה שם פרק עה.
- 10. מצוה מלשון צוותא וחיבור — ראה לקו"ת בחוקותי מה, ג. סה"מ תרח"ץ ע' נב. וש"נ.
- 11. גיטין נו, ב.
- 12. ירושלמי סנהדרין פ"י ה"ב. ב"ר פמ"ב, ב. ויק"ר פי"א, ז. פתיחתא דאסת"ר יא. וראה תדא"ז פ"ט.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד — קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 4 עמודים.