101
צדיקים, זיי פּרואווט ער, אַזוי ווי עס שטייט אין מדרש32, אַ משל פון אַ טעפּער אַז ער ווייזט דעם קונה אַ טאָפּ, ווייזט ער דעם בעסטן טאָפּ אַזאַ וואָס קנאַקט, אַזוי איז אָן וועמען פּרואווט דער אויבערשטער אָן צדיקים.
יז. באַ יעדער אידן דאַרף ברענען שבת ביינאַכט פייער, טאָמער וועט ער זיך אויפכאַפּן ביינאַכט זאָל ער עפּעס קענען לערנען.
יח. אמר שיפרסמו בשמו בכל כדור הארץ, שזה שקר גמור מה שאינם מניחים ללמוד בחדרים, דאָס האָבן אונזערע שונאים אויסגעטראַכט33.
אמר לר' ישראל הקצב דנעוול, תלך בכל העיר ותעורר אותם, כמו יונה שהלך בכל נינוה שכתוב שם "ויקם יונה וילך אל נינוה גו' ונינוה היתה עיר גדולה לאלקים מהלך שלשת ימים"34 — ע"פ קבלה איז פאַראַן אַ רמז וואָס "שלשת ימים" איז, נאָר דער ענין פון "ובהמה רבה"35 איז: ידוע36 אַז עס איז פאַראַן ב' מיני נשמות, זרע אדם וזרע בהמה, איז דער פשט "ובהמה רבה", ער זאָל פּועל'ן אפי' אין נשמות פון זרע בהמה.
פון וואָס איז געוואָרן נעוול אַ חסידישע שטאָט, ניט פון חסידישע רבנים און פון שוחטים, עס איז דאָרטן געווען דריי מלמדים חסידים ר' מיכאל מיט נאָך צוויי, וואָס איינער פון זיי איז געווען אַ מוליער און מיכאל איז געווען זיין פּאמאָצניק37, איינמאָל האָבן זיי געבויט אַן אויוון, דעם הימל פון אויבן, האָבן זיי זיך פאררעדט ביז יענער האָט פאַרבויט מיכאל'ן אינווייניק, האָט מען געדאַרפט צוברעכן דעם גאַנצן אויוון.
יט. הגם איך האָב איצטער ניט גענומען אַזוי פיל משקה, איך זאָל קענען ריידן אָן צמצומים, נאָר דאָס איז דאָך ידוע אַז תר"פ איז געווען שלא בעתו וזמנו.
כ. לקח משקה ואמר לרי"צ: יתן השי"ת איך זאָל זען אלקות במוחש, דעם זיידן במוחש, דעם טאַטן במוחש, און די אַלע ענינים וואָס מ'שטעקט מיר אַריין, זאָלן מיר ניט מבלבל זיין.
[באמצע הדיבור כשהי' מדבר התחילו לדבר באיזה מקום, ואמר כ"ק אדמו"ר שימנעו מלדבר וישתקו, ואמר אחד שהנשים מדברים בהאסטאלאווע ובפה אינם מדברים, וענה: איך וויל מ'זאָל אין סטאלאווע אויך ניט ריידן, איך צאָל פאַר דער סטאלאווע אויך דירהגעלט, באַ מיר איז געוואַשענע געלט, איז וויל איך טאַקע מ'זאָל ניט ריידן].
כא. בדרך כלל דאַרפן אידן ניט קיין נסים, פרעה האָט געדאַרפט נסים, באַ אידן שטייט38 "ויקדו וישתחוו", זיי דאַרפן קיין מופתים ניט, נאָר טאָמער דאַרף איינער אַ אות ומופת דאַרף מען אים געבן.
הערות
- 32. ראה ב"ר פנ"ה, ב.
- 33. ראה גם לקמן ע' 118. 122. ס"ע 163 ואילך. וראה לקמן ע' 155154.
- 34. יונה ג, ג.
- 35. שם ד, יא.
- 36. תו"א ר"פ משפטים. ובכ"מ.
- 37. ראה ספר השיחות תש"ח ע' 235.
- 38. שמות ד, לא.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.