89

בשעת דער טאַטע איז געווען אין וויען25 בתור גלות החורף האָט איינער אַ חסיד דערציילט צוויי מעשיות מהרה"ק ר' מאיר מפרעמישלאַן.

פעם א' נסע דרך עיר ר' מאיר הנ"ל אַ עולמשער איד, ושאל ממנו פשט ברמב"ם, און ר' מאיר'ל הי' למדן, ואמר לו למחר אומר לך הפשט, למחר אמר לו, איז אים געוואָרן ליכטיק אין די אויגן. ושאל ממנו מנא לך הא? ואמר לו בשעת מאיר'ל גייט אין מקוה גייט ער דורכ'ן הימל, איז דאַמאָלסט גייט ער אין היכלות, און היינט האָט ער זיך געבעטן אין היכל הרמב"ם ולמד עמו בזה.

און נאָך אַ מעשה. אין ר' מאיר'ס שטאָט איז די מקוה געווען אַהינטער אַראָפּ אַ באַרג מחוץ לעיר, די באַרג איז געגאַנגען משופּע, פון שטאָט אַרוף אויפן באַרג און נאָכדעם אַראָפּ פון באַרג אין מקוה. אויף דער באַרג האָט קיינער ניט געקענט גיין, די מענטשן פון שטאָט אַז זיי פלעגן גיין, פלעגן זיי גיין אַרום באַרג, אויך זיין שמש פלעגט גיין אַרום באַרג, נאָר ר' מאיר'ל פלעגט גיין אַרוף באַרג פון שטאָט און אַראָפּ אין מקוה, און צוריק אַרויף און אַראָפּ. אַמאָל האָט ביי אים איינער אַ פרעג געטאָן (שכחתי אם השמש שלו או אחר) רבי ווי אַזוי קענט איר אַרויפגיין און אַראָפּ און ווייטער כו' עס איז דאָך אוממעגלעך, מען קען דאָך אַראָפּ פאַלן ח"ו. והשיב ר' מאיר'ל אַז מען האַלט זיך אָן אויבן איז מען שטאַרק פון אונטן און מען פאַלט ניט אַראָפּ.

אין וויען איז געווען א פולע שולן, און דער טאַטע פלעגט פאַרגיין אין שול דאַוונען און לערנען פון אַזייגער אַכט ביז אַזייגער איינס, און אַלע טאָג אין אַ אַנדער שול (און נאָך איינס אַזייגער פלעגט ער באַזוכן ר' מאיר'ס חסידים, און פלעגט מיט זיי פאַרברענגען). און מ'פלעגט צו אים זאָגן אַ רוסישער איד? אַ רוסישער איד! אַ רומענישער איד? אַ רומענישער איד!. . . גיט אַ ציגאַר, נאַט אַ ציגאַר25.

ו. [אמר אחד: עס איז דאָך אָבער שפּעט צו טאָן, יונגערהייט גאָרניט געטאָן, און איצטער איז שוין שפּעט. וענה כ"ק אדמו"ר:]

וואָס שפּעט, ווען שפּעט, שפּעט איז קיינמאָל ניט, אַלע מאָל קען מען טאָן, מען דאַרף זאָגן תהלים, פּראַווען תיקון חצות, באַהאַלטן זיך אין קאַמער, אין קאָלדרע, און שרייען צום חי וקים, והעיקר הוא בפנימיות, ובחיצוניות לא יהי' ניכר. כמו כשעץ יבש שורף, און עץ לח — אַ גרויסער טומל, עס פלאַקערט און קיין קיילן ערשט ניטאָ, אבל עץ יבש שורף בחשאי ונשאר גחלים און עס איז וואַרעם. אָט מען קען זאָגן אַ גלייכווערטל און עסן פלייש, און אינווייניק ברענט אַ פייער אַ יקוד אש און עס איז ניט ניכר (ודיבר עוד מענין זה).

השי"ת יסיר מאתנו ההבלים, מאַטערן זיך אויף השגה. יתן השי"ת שאור התורה יאיר, און מען זאָל מכוון זיין אויף קורץ, ווי מען עפענט אויף דעם ספר זאָל מען טרעפן די כוונה פון דעם בעל הלכה, און אומזיסט זאָל ניט אַוועקגיין די צייט. דער אויבערשטער זאָל געבן אַז עס זאָל זיך אויספירן די כוונה, און יעדער זאָל טאָן וואָס מ'דאַרף, און אַז דורך אונז זאָל זיך אויספירן די כוונה.

הערות

  1. 25. בשנת תרס"ג. — ע"ד תקופה זו (בוויען) — ראה לעיל ע' 23 הערה 28. וש"נ.
  2. 25. ראה לעיל ע' 42.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.