ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתר"פ-תרפ"זספר השיחות תרפ"הסעודת פורים תרפ"ה88

88

און ער זאָל זיך לייגן שלאָפן מתוך דברי תורה, און אויפשטיין מתוך דברי תורה, און וויבאַלד אַז ער שלאָפט צוליב תורה איז שוין ממילא דער שלאָף אַ אַנדערער. און דערסוג, דאָס איז גאָר אַ ענין נעלה, נאָר נאָך לערנט ער אַ האַלבע שעה אָדער אַ פערטל שעה (און ער איז שפּעטער משלים וויפיל ביי אים איז די קביעות), און גייט אין געשעפט, און ווייס אַז ניט תחבולות נאָר ברכת הוי' היא תעשיר דאָס איז מחשך לאור. הגם יושבי קרנות קאָנען זיך מצטדק זיין משום שהמה טרודים, אָבער ווער הייסט זיי זיין טרוד, אין צריך תחבולות, ויהי' לו פנאי. וברכת הוי' היא תעשיר21.

ויש שעסקם ליסע על הכפרים קויפן קאָרן, דאַרף ער האָבן מיט זיך אַ חומש אַ תהלים און לערנען חומש אָדער תהלים. ער פאָרט ניט קויפן קאָרן ער פאָרט דאָרטן לערנען חומש, און בראשית ב' ראשית22 איז דאָרטן געשטאַנען אַז ער דאַרף אין יענעם טאָג דאָרטן לערנען חומש. מען דאַרף ניט בעטן קיין ברכה, קיין ברכה העלפט ניט, מען דאַרף אַליין טאָן, אָט דער חומש וועט אים העלפן, דאָס איז מחשך לאור.

ער טרעפט אַ איד זיצט אין קרעטשמע, אַ וואַלד איד, גייט אַרויס אַ וויילע און גיט אַ פרעג באַ דעם באטראג ווי איז דער קרויט, און גייט אַריין און לערנט זהר און גייט אַרויס און פרעגט באַ דעם באטראג ווי גייט דאָרטן אין פעלד, און דערווייל פערבייגט ער דעם מדרש (איך מיין ניט ער פערבייגט דעם מדרש און לערנט ניט, נאָר ער פערבייגט אויף אַ סימן צו לערנען ווייטער), און גייט אַריין און לערנט מדרש. דאָס איז פון חשך אור.

עס איז פאַראַן דער אור השמש דער אור הלבנה וואָס זיי לייכטן, און כוכבים וואָס זיי לייכטן אויך, נאָר עס עפענט זיך און פאַרמאַכט זיך, סמעלקייעט זיך, אַזוי איז ער אין קרעטשמע, גייט אַריין און לערנט, גייט אַרויס הערט אויף.

דאַרפען אַלע וויסן אַז דאָס איז זייער תכלית להאיר את העולם, און מען דאַרף טאָן. אויב דער זיידע האָט געלערנט וועט ער אויך לערנען. און אויב דער טאַטע האָט געלערנט מוז ער שוין לערנען. מען דאַרף טאָן און מען דאַרף זיך ניט רעכענען מיט גשמיות און מיט קיין זאַך. אָט ווי רש"ב מבאריסאוו23 האָט זיך דערנאָך געכאַפּט אַז ער איז אָן עלטערן אָן אַ גזע, פון אַ שטיין, און פונדעסטוועגן האָט ער געטאָן, ער האָט זיך ניט גערעכנט. מען דאַרף זיך מיט גאָרניט רעכענען.

עס שטייט אין חסידות24 אַז אַזוי ווי מען קען מעורר זיין אַ חוש און פאַנאַנדער אַרבעטן אים, אַזוי קען מען משכיח זיין. עס טרעפט אַז מען דאַרף זיין שש ושמח פון דעם וואָס מען דאַרף גיין וויניקער מיט אַ מאָל אין גאַס, אַז מען גייט אין גאַס דאַרף מען ניט הערן וואָס וועלט הערט, און מען דאַרף ניט זען וואָס וועלט זעט24, מען דאַרף זיך מקשר זיין צו העכער איז ממילא הערט מען ניט.

ה. דער טאַטע איז אַמאָל געווען אין התפּעלות אַ גאַנצן חודש פון אַ וואָרט פון אַ חסיד.

הערות

  1. 21. משלי י, כב.
  2. 22. פרש"י בראשית א, א.
  3. 23. ראה אודותו לעיל ע' 55 הערה 16. וש"נ.
  4. 24. ראה סה"מ תרנ"ד ע' רכה. ספר השיחות תש"ד ע' 36. לקוטי שיחות חלק א ע' 2625.
  5. 24. ראה גם ד"ה כי נער ישראל ואוהבהו תרס"ו (הוספות להמשך תרס"ו ע' תקפא). ד"ה הנ"ל תשט"ז פ"ב (תורת מנחם חט"ו ע' 118). שיחת ש"פ חוקת תש"מ. רשימות חוב' מ ע' 10.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.