87
זיך אויס פון אייערע העמדלעך וואָרום דער טאַטע וועט אַלעמען אומקערן צו זיך.
דאָס איז זייער תכלית באַלייכטן די וועלט, וכל הדברים גשמיים כסף וזהב איז דאָס ניט זייערע, דאָס איז ניט צוליב זיי. אויף מאה ועשרים שנה זיינען זיי פאַר דאגה'ט, זייער גאַנצע עבודה איז אויפן איין און צוואַנציקסטן יאָר. און זיי אַליין זיינען אויך ניט ברשות עצמם, צי זיי ווילן צי זיי ווילן ניט. ווי אַ קאטארזאניעץ מיט דער קעסטעלע אויפן זייט וואָס ער איז ניט ברשות עצמו. אַזוי אויך זיינען מיר קאטארזאניצעס מיר זיינען ניט ברשות עצמנו. מען האָט אונז אַוועקגעשטעלט וזה הוא עבודתינו להאיר את העולם.
ווער רעכנט זיך מיט אונזערע גשמיות, מיט אונזער געזונט, מיט אונזערע מסירות נפש, ווייל קיין זאַך איז ניטאָ, אין עוד מלבדו19, חוץ עצמות א"ס איז קיין זאַך ניטאָ כלל וכלל ניט, איז ממילא דער מסירות נפש ניט תופס מקום. ניט איצטער איז אַ צייט דאגה'ענען וועגן גשמיות, אונזער אַרבעט איז צו בעלייכטן די וועלט, און עניני העולם האָבן צו אונז גאָר קיין שייכות ניט. נאָר פאַרקערט, אַז מען וועט טאָן וועט קיין זאַך ניט פעלן. מען דאַרף טאָן און אויסניצן אַלע עניני העולם צו עבודת ד' און פאַר קיין זאַך ניט נתפעל ווערן, און מען דאַרף זיך אָפּוואַשן אָפּשערן און פּועל'ן אויף יענעם דורך זיך.
ד. [אמר ר' מאיר שמחה מנעוול20: רבי, שוין ניטאָ קיין כח צו אַרבעטן, ניטאָ שוין קיין חושים און כחות. חכה מעט, והשיב כ"ק אדמו"ר:]
די מעשה איז אַזוי, מען האָט פאַר בעלי בתים צופיל מאיים געווען דעם ענין פון עבודה. אין חסידות רעט זיך אַז די העכסטע מדרי' אין עבודה איז אתהפכא חשוכא לנהורא, מיינט מען ניט דעם פאַל אתהפכא וואָס באַ צדיקים, וואָרום דאָס איז גאָר אַ אַנדער, מען מיינט אתהפכא חשוכא לנהורא אַז דער חשך אַליין זאָל ווערן ליכטיק.
ראשית דבר דאַרף זיין קביעות עתים לתורה, ווען ס'זאָל ניט זיין, בייטאָג ביינאַכט, נאָר קובע זיין עתים לתורה. וואָרום אַ איד אַז ער איז אַ טאָג אָן תורה איז ער אַ בר מינן, און מען קען אים פאַרשרייבן אין חברה קדישא, נאָר מען מיינט קובע זיין עתים לתורה. און דערנאָך וואָס ער איז ניט, איז אַ געשעפט מאַן אַ יושב קרנות און אַ ליאריאק דאַרף באַ אים זיין חקוק אַ ענין פון תורה, אַ קאַפּיטל תהלים אַ פּסוק חומש מיט רש"י, אַ שטיקל גמרא, נאָר תורה, אַזוי ווי עס רעדט זיך מפני שיבה תקום20, ווייל די תורה איז חקוק במוחו איז דאָס אַ ענין. און דערנאך אַז ער זיצט אין ליאריאק און ער ווייס אַז דאָס איז ניט דער עיקר, און ער טראַכט דברי תורה, און ווער רעדט אַז בין פדיון לפדיון קען ער עפּעס לערנען, דאָס איז דער חשך אַליין ווערט אור.
אָדער ער זעט צוויי מענטשן פון זיין מסחר ריידן צווישן זיך מיינט ער אַז מען רעדט וועגן אַ מסחר, ווי קען מען פערדינען, און ער גייט אונטער און הערט אַז מען רעדט דברים בטלים, זאָגט ער פע, און ער גייט אַוועק און טראַכט איבער אַ פּרשה חומש מיט רש"י, דאָס איז פון חשך אור.
הערות
- 19. ואתחנן ד, לה.
- 20. ר' מאיר שמחה חן (תרכ"ב — ד' שבט תרצ"ד).
- 20. קדושים יט, לב. ד"ה והדרת פני זקן בלקו"ת קדושים ל, ד.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.