ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתר"פ-תרפ"זספר השיחות תרפ"הסעודת פורים תרפ"ה86

86

חי13. איבער אַרבעטן זיך אינגאַנצן. וואָרום כל אחד מישראל יכול להגיע לזה. והעיקר הוא שההשגה תהי' קבוע במוחו ותאיר בלבו און אַראָפּטראָגן בפו"מ, דער לימוד החסידות זאָל זיין באופן אחר, וויסן וועמענס חסידות מען לערנט, וואָרום עס קען זיין אַז די חסידות וויל ניט זיין באַ אַזאַ בעל מדות רעות, און קריינקען און ווייטיגן, איך מיין ניט אין גשמיות, איך מיין אין יגיעת נפש ויגיעת בשר, און איבערטראַכטן אַכט שעה שתהי' ההשגה קבוע במוחו ותאיר בלבו און אַראָפּטראָגן אין פועל ממש. ואם ההשגה אינה מאירה בלבו זהו לסימן שהידיעה אינה ידיעה, און מ'דאַרף אַרבעטן.

ג. מילא דער זיידע14 איז געווען גאָר אַ בעל שם'סקער איד, דער טאַטע אַז ער פלעגט זיך זעצן באַ זיך אין חדר און לערנען משניות — משנה אותיות נשמה15 — און חסידות, פלעגט ער זעהן עצמות אוא"ס בראי' חושית16. וכאו"א יכול להגיע לראיית אלקות במוחש, נאָר מ'דאַרף טאָן. וואָרום תשובה וועלן דאָך אַלע טאָן, כי לא ידח ממנו נדח17, ער קען זיין אַ פּראַוואדנעק און ער וועט אויסגיין אויפן טארמאז פון וואַגאָן מיט תשובה, איז בעסער שוין תשובה טאָן מתוך עבודה. וואָרום תשובה קען זיין אויף צוויי אופנים, מקו החסד ומקו הגבורה, איז ניט מקו החסד וועט ער האָבן יסורים קשים ר"ל און ער וועט תשובה טאָן, איז בעסער שוין תשובה טאָן מתוך האהבה והדביקות איידער מתוך עוני דוחק יסורים ולחץ, וואָרום וויבאַלד ער וועט סיי ווי תשובה טאָן, איז בעסער פריער מתוך העבודה, וואָרום אַן עבירה די צייט, מען דאַרף תשובה טאָן. און טאָן ולהאיר את העולם.

אַ איד דאַרף וויסן שזהו תכליתו להאיר את העולם, און טאָן מיט יענעם דורך זיך, וזהו תכליתו, און צו עניני העולם האָט ער גאָר קיין שייכות ניט, דאָס איז ניט פאַר אים, זיין זאַך איז נאָר באַלייכטן די וועלט. און בפרט די תמימים וואָס דער טאַטע האָט פערפלאַנצט איז דאָס ליכטעלעך, אויף צו באַלייכטן די וועלט מיט דעם נר מצוה ותורה אור18. זיי זיינען עמודים וואָס מען האָט זיי אַוועקגעשטעלט, דאַרפן זיי וויסן שזהו ענינם להאיר את העולם. און וואוהין ער זאָל ניט פאַרקריכן, ס'איז פאַרפאַלן, דער טאַטע האָט אים אַוועקגעשטעלט איז פאַרפאַלן.

דער טאַטע איז ניט געווען קיין איש שחוק, קיין גלייכווערטל'דיקער איד, ער האָט אַ רגע ניט אַוועקגעגעבן אומזיסט, איז ניט איצטער איז שפּעטער, אָבער עס וועט קומען צו אים. וויפל ער וועט זיך ניט דרייען און וועט זיך ניט מאַטערן און ער וועט האָבן צרות, אָבער דער טאַטע וועט אויספירן זיינס. אָט ווי מיר זעהן מיט איינעם האָט דער טאַטע געהאַט וואָס צו טאָן פיר יאָר, און ער האָט געמיינט זיין אַ גאַנצער קנאַקער, און דער טאַטע האָט אויסגעפירט זיינס, און יענער איז יעצט אַ ראש ישיבה. און קיינער וועט זיך ניט אויסדרייען, און ער וועט אַלעמען אומקערן צו זיך. טוט

הערות

  1. 13. תהלים פד, ג.
  2. 14. כ"ק אדמו"ר מהר"ש.
  3. 15. שער המצות להאריז"ל פ' ואתחנן וטעמי המצות להרח"ו שם. ועוד.
  4. 16. ראה ספר השיחות תורת שלום ס"ע 24 ואילך. ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 328 ובהערות 2322. וש"נ.
  5. 17. ע"פ שמואלב יד, יד. וראה הל' ת"ת לאדה"ז פ"ד ס"ג. תניא ספל"ט.
  6. 18. משלי ו, כג.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.