85
אַז די חסידות וואָס מען לערנט זאָל זיין קבוע במוחו ומאיר בלבו און אַראָפּטראָגן אין פועל ממש. חסידות איז איין וואָרט, זאָל זיין קבוע במוחו און מאיר בלבו און אַראָפּטראָגן בפועל ממש.
עס שטייט אין ע"ב אָדער אין ע' (יונגעלייט ווייסן)11 אַז באַ חסידים הזקנים אָדער באַ חסידים הישנים איז די התחלה געוועזן, אַז וואָס מען וויל זאָל מען ניט טאָן. דאָס איז נאָך איידער אַלץ, איידער אָנקומען אין כת, און נאָך פאַר יחידות.
[שאל ר' שמואל מכותאיס12, דאָס איז די התחלה? והשיב:] יע, די התחלה. פאַרשטייט זיך אַז מען האַלט באַ אַ ציור. קודם איז מה שרוצה לא ירצה, פשוט ניט וועלן. און ניט אַז מען שטייט אויף אַכט אַזייגער און מען טרינקט אָפּ טיי, און מען גיט אַ לערן, און מען שפּאַרט אָן די קאָפּ אויפן האַנט. און ער מיינט אַז ער איז אַ משכיל.
אַמאָל ביז נ"ד האָט מען דאָס אָנגערופן קי"ש.
[אמר לר' שמואל מכותאיס:] דו ביסט געווען נ"ד? ניין. אַהאַ, שלמה דער געלער פון נעוועל13 איז געווען.
אַמאָל האָט מען דאָס אָנגערופן קי"ש, דאָס הייסט גאָרנישט. און מיר האָבן דאָס אַ נאָמען געגעבן עובדים און משכילים, ווי באמת שטייט גאָר אין חסידות אתהפכא, און נאָך זאַכן, זיין אַ מרכבה. שוים זע איז דאָס אַ אַרבעט פאַר יחידי סגולה באופן כזה? מילא סיגופים איז ניט שייכות, קיין כחות ניטאָ. אָבער עס איז דאָך פאַראַן וואָס צו אַרבעטן מיט זיך. אַרבעטן מיט זיך דורך זיך, און פועל'ן אויף יענעם דורך זיך, אָט דאָס וואָס מען זעט אויף יענעם איז דאָס אייגענע, מען דאַרף זיך איבער אַרבעטן אַזוי אַז עס זאָל זיך גאָר ניט זיין קיין אחיזה פון לא טוב, איז ממילא פועל'ט מען אויף יענעם בדרך ממילא. און עס איז דאָך פאַראַן וואָס צו אַרבעטן, איבער אַרבעטן אַזעלכע שלעכטע מדות, און אויסרייסן זיי אין גאַנצן, אָט ווי מען אַרבעט אַ פעלד, רייסט מען אויס די שלעכטע גראָז דאָך מיט דעם קאָרען, איז אַזוי דאַרף מען אויסרייסן גאָר לגמרי אַז עס זאָל גאָרניט בלייבן. דער לב הבשר איז דאָך ניט קיין לב הבשר נאָר אַ לב האבן. איז דער לב הגשמי זאָל אויך מרגיש זיין אַ ענין אלקי, לבי ובשרי ירננו אל אל
הערות
- 11. ראה סה"מ עת"ר* ע' ס (הועתק בשינויים ב"היום יום" כז שבט): ומהחסידים הראשונים היו שעשו הסכם בנפשם שכל דבר המותר אך שיש לו איזה רצון וחמדת הלב לזה לא יעשה זאת. ובקונטרס העבודה ספ"ב: כבר סיפרתי מא' מהחסידים הגדולים אשר בהכניסה הראשונה לכ"ק אדמו"ר [הזקן] זצוקללה"ה נ"ע זי"ע פעל בעצמו שכל מה שרוצה מצד הטבעי לא יעשה (אז וואס ער וויל זאל ער ניט טאן). ראה גם ספר השיחות תרפ"ח ע' 17. וש"נ.
- 12. ר' שמואל בר' זאב וואלף הלוי לעוויטין. נולד בפאהאר שנת תרמ"ד. למד בתומכיתמימים בליובאוויטש. רב בראקשיק (תרס"התרע"ה) וקירסאנוב (תרע"הו). מנהל ביהמ"ד לרבנים בנעוול (תרפ"הט). בשנת תרפ"ט נאסר ונשלח לגלות. בשנת תרצ"ז יצא מרוסיא והתקבל שוב לרב בראקשיק. משנת תרצ"ט שד"ר בארה"ב. משנת ת"ש משפיע בתומכיתמימים בניו יארק. נפטר יא אלול תשל"ד. ראה אודותו: שיחת ח"י אלול תשל"ד.
- 13. ראה אודותו: אגרותקודש ח"ו ס"ע רסט ואילך. ספר השיחות תש"א ע' 30. נזכר באגרותקודש ח"ד ע' רצ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.