84

אוהל און אַ מוכתר בטו"ת און אַז השגה קומט ניט אַראָפּ אין האַרצן איז דאָס עמלק7, ומלק את ראשו אַז אַ איד אפילו אין (חסר) און וואו ער זאָל ניט זיין, אויב נאָר ער הערט דעם אמת, און בפרט אַז ער רייסט זיך אָפּ צו אַביסעלע תורה איז דאָס דער תכלית הכוונה, אַז מען גייט אין גאַס איז אפילו דער שטיין דאַרף אויך דאָס דערהערן אַז אויף אים גייט אַ חיות אלקי אַ נברא וואָס ער הערט אַז ער לעבט פון אלקות.

[אח"כ אמר להמסובים:] נעמט משקה, וואָרום איצטער איז די צייט, און מאָרגן איז פאַרפאַלן. מען קען ניט זאָגן אַז מאָרגן זאָל מען גאָר קיין משקה ניט נעמען. איך האָב געהערט פון אַלטע חסידים דריי טעמים אוף נעמען משקה. א) כמו סוטה7. ב) אַזוי ווי ביי די שחיטה איז מען משקה עס זאָל זיין גרינגער אַראָפּנעמען די פעל8 (דאָס איז די צווייטע דרגא פון שערי אורה). ג) מען דאַרף אָנטרינקען ער זאָל ניט דרייען קיין מוח7.

ב. [באמצע הסעודה אחר המאמר התחיל ואמר:]

והנחש הי' ערום9, שע"י חטא עה"ד נעשה תערובת טו"ר10, עד שאין אנו יודעים מהו טוב ומהו רע. אין אנו יכולים לומר על שום אדם ולא על שום נברא דבר חלוט, אפילו נראה לנו לטוב אין אנו יכולים לומר שזהו טוב גמור, ויכול להיות שיש בו רע בהעלם, ואח"כ יתגלה. ואם נראה לנו לרע אין אנו יכולים לומר שזהו רע גמור, יכול להיות שיש בו טוב בהעלם והראי' מקמצן שאינו נותן כלום בשו"א, וכאשר מתרמה לו צרה ר"ל נתהפך ונעשה נדבן, או כאשר השי"ת עושה לו נס באופן שבעל הנס מכיר בנסו שאינו יכול להלבישו בטבע (כי ע"פ רוב אין מודים בנסים רק אומרים ע"פ הטבע) דהיינו נס הגלוי, אז ג"כ מתהפך ומפזר ריבוי צדקה. מילא איז פאַראַנען תערובת טו"ר אין אַלע זאַכן.

עובדי ה' קען זיין אַז מען זעט דאָך מיט אַ פאַרפינסטערטן פּנים מיט שוואַרצע ציינער, אַ יושב אהל און לערנט, און באמת איז אין תוכו כברו. ער מיינט אַז ער לערנט אָפּ אַ אות לקוטי תורה, אַ חסידות, און שטעלט זיך דאַוונען און גיט אַ קנאַק מיטן פינגער, איז ער שוין פאַרטיק, און ווייטער איז שוין דער אויבערשטער שולדיק, און ניט ער וויילע ער האָט דאָך געטאָן. ער לערנט חסידות און פיינט זיך אויס מיט דער השכלה. מיט וועמענס השכלה? וועמענס איז דאָס? דאָס גייט פון אַ מעיין קדוש פון רביים, וואָס אַ רבי האָט געזאָגט און געשריבן, און ער נעמט און פיינט זיך אויס מיט דערויף. מען דאַרף וויסן צי די חסידות וויל באַ אים זיין אין אַזאַ פּאַסקוסטוועס מויל, און דאָס איז עמלק, וועגן אַזוינע רעדט מען ניט, דאָס איז פּאַסקוסטווע. נאָר מען רעדט

הערות

  1. 7. ראה תו"א תצוה פה, א ואילך. סה"מ תרמ"ז ע' פו. עטר"ת ע' רצד. תרפ"א ע' קעב. תרפ"ה ע' רח. תש"ט ע' 34. 65 (השני). ספר השיחות תש"ד ע' 75.
  2. 7. ראה גם שיחת שמח"ת שנה זו (לעיל ע' 70).
  3. 8. ראה שיחת י"ט כסלו (ליל ב) תרצ"א. וראה ספר השיחות תש"ה ע' 57.
  4. 9. בראשית ג, א.
  5. 10. ראה תו"א בראשית ה, ג ואילך. תו"ח שם ל, א ואילך. מאמרי אדמו"ר הזקן אתהלך לאזניא ע' נה ואילך (ועם הגהות — סה"מ עזר"ת ע' פט ואילך). מאמרי אדמו"ר האמצעי ויקרא ח"ב ע' תדש ואילך (ועם הוספות כו' — סה"מ תרס"ב ע' ש ואילך). ובכ"מ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.