ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתר"פ-תרפ"זספר השיחות תרפ"השמחת תורה תרפ"ה80

80

אַ אַנדערער, וואָרום ער איז דאָך אַ סאָלדאַט, און אויף אַ סאָלדאַט איז אַ "וואָיענער סוּד"50, עס איז דאך אַ מרידה אין כללית. . .

ער טראָגט אַוועק חסידות שלא במקומו, ווער האָט אים געגעבן רשות, דאָס איז ניט אַ מרידה אין חוקי המדינה, נאָר דאָס איז אַ מרידה אין כללית.

איז דער וואָס וויל האָבן אַ שייכות דאַרף זיין דער ענין פון ושב ורפא כו'51, איז אויף דעם עבר וועט מען אים שיינקען, וואָס באמת איז סוף כל סוף וועלן זיך אַלע אומקערן, כי לא ידח ממנו נדח52, נאָר דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז ס'זאָל זיין בחסד וברחמים.

[ואמר אחד: עס פעלט ביי יונגעלייט גשמיות.

והשיב:] דאָס איז דעם אויבערשטנ'ס געשעפט.

[ואח"כ אמר אחד, הלא קשה לקיים מקוצר רוח ומעבודה קשה.

והשיב:] אין דעם קוצר רוח רעט מען דברים בטלים אויך.

אַז מ'רעדט אַ דבר השכלה איז אויף איין וואָרט זאָגט מען נאָך צען ווערטער, וואָס די צען זיינען שולל פון דעם איין וואָרט, וואָרום שכל איז דאָך אור עס ווערט דאָך ליכטיק, נאָר די אותיות איז אויף צו שולל זיין, אַז ניט דאָס האָב איך געמיינט, כמו"כ הוא במדות, מיר זיינען אָרעם אין ווערטער.

י. חס לי לזרעי' דאבא, צו ריידן אַ העדר לימוד זכות על ישראל, וואָרום די לעצטע ווערטער וואָס דער טאַטע האָט מיט מיר גערעדט קודם הסתלקותו — וואָס איך בין געווען זיינער אַ בן יחיד — האָט ער מיט מיר גערעט וועגן תמימים. ממילא חס לי לזרעי' כו' צו ריידן אַ העדר לימוד זכות אויף אידן, און כש"כ תלמידים וואָס זיינען בנים.

בין איך מודיע מיט אַ תוקף, אַז דאָס איז ניט קיין העדר לימוד זכות כו'.

אי לזאת דער וואָס וויל האָבן אַ שייכות צו דעם אילן, און זיין ענפים פון דעם אילן, יתבררו ויתלבנו הדברים, שיקבל ע"ע בקבלה גמורה מדות חסידות וחברות, ואז יתן השי"ת השפעה מרובה בגו"ר, ואם לא, האָט ער צו אונז קיין שייכות ניט, ער איז אָפּגעזאָגט פון חברה, אָט ווי מען זאָגט אָפּ אַ בר מינן פון אַלע חברות, זאָל ער זיין געזונט און שטאַרק, נאָר צו אונז האָט ער קיין שייכות ניט, מער ניט וואָס ער איז מגזע החסידים.

אי לזאת בין איך מצוה, אַזוי ווי איך בין דאָך אַ מנהל פועל52, און בתואר ווי מען האָט מיך אַוועק געשטעלט, בעט איך, אַז יונגעלייט זאָלן זיך צונויפקלייבן, יתבררו ויתלבנו הדברים, אַז מען זאָל אויף זיך מקבל זיין מיט אַ קבלה גמורה מדות חסידות וחבירות, אויפשטיין זיבן אַ זייגער, עס זאָל קיין שלאָף ניט נעמען ניט אָפּגעלערנטערהייט אַ ענין, בין בחול בין בשבת, שבת בראשית יעשו קידוש, ויתבררו ויתלבנו הדברים, שיקבלו על עצמם בקבלה גמורה, און יעמולט וועט ער האָבן אַ שייכות.

לחיים, יתן השי"ת שיהי' שנת אורה שנת תורה.

הערות

  1. 50. {6} משפט צבאי.
  2. 51. ישעי' ו, י.
  3. 52. ע"פ שמואלב יד, יד. וראה הל' ת"ת לאדה"ז פ"ד ס"ג. תניא ספל"ט.
  4. 52. ראה לקמן ע' 97. ספר השיחות תש"ח ע' 234. וש"נ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.