ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתר"פ-תרפ"זספר השיחות תרפ"השמחת תורה תרפ"ה79

79

מיט אַ ביסל משקה און מיט אַ טאַנץ איז ער אַ חסיד? די טובה איז אַ טובה, די ביסל משקה איז אַ זאַך און דער טאַנץ איז אַ זאַך, און ער איז אַ גאָרנישט. ער טראָגט אַ זופּיצע מיט אַ גאַרטל, און וואָס טוט זיך אונטן ווייס קיינער ניט.

מ'קאָן ניט ריידן וועגן פרטים, וואָרום אפילו אַ חטא מפורסם שטייט אין שו"ע אַז אסור להתוודות ברבים46, אָבער מען דאַרף דאָך ריידן די אמת'קייט פון דער זאַך, מ'דאַרף דאָך זיך ניט נאָרן, מ'נארט דאָך קיינעם ניט, כמו שאמר אדמו"ר האמצעי47: אַז מען נאַרט קיינעם ניט, דעם אויבערשטן נאַרט מען דאָך אודאי ניט, און דעם צווייטן נאַרט מען אויך ניט (וואָרום דער אַנדערער ווייס אויך), וועמען דעןזע — זיך אַליין, אַ קונץ אַ נאַר אויס נאַרן. מען דאַרף דאָך אַ ענין ניט פאַר וואָלקענען און ניט פאר'כשר'ן, מיט וואָס פאַר אַ העזה רופט מען זיך אָן חסידים, אַז ער מיט זיינע מדות איז גאָר מבזה חסידים.

לה"ר רכילות שקרנים, נאָר ער האָט אַ ראי' אַז ער איז אַ חסיד, וואָרום צו שטופּן זיך איז ער דאָך דער ערשטער, ווער בעט דיר שטופּן זיך? ווער דאַרף דיר דאָ האָבן? די אַרומיקע קענען דאָך מיינען אַז דאָס איז אַ כת שקרנים אַז מען גייט און מען דרוקט ליגנס. נאָר דאָס דאַרף דאָך ניט זיין קיין מניעה צו ריידן וועגן דעם עיקר הענין.

אַרויס טרייבן קען מען זיי דאָך ניט, מדחה זיין אַ אידן טאָר מען ניט, עס איז דאָך אַ אידישע שטוב, ווער עס וויל קען אַריינגיין. נאָר דאָס דאַרף אונז ניט זיין קיין מניעה צו ריידן וועגן דעם ענין, נאָר צו ריידן די זאַך באשר הוא קען מען ניט, נאָר מען דאַרף אָבער די זאַך ניט פאַרוואָלקענען, מען דאַרף קוקן אויף דעם אמיתית הענין.

מיט וואָס זייט איר חסידים, ניט געדאַוונט ניט געלערנט, מער ניט אַז עס ווערט ניט גוט קומט מען צו גיין שרייען אַי אַי אַי48, וואָס פאַר אַ שייכות האָסטו צו מיר. מען קען אים העלפן מיט אַ קאַפּיטל תהלים, מיט אַ קרעכץ, גלאַט מיט דעם וואָס די האַרץ איז טוט וויי, זאָל אים דער אויבערשטער העלפן עם זאָל זיין גוט און די האַרץ זאָל זיין געזונט.

ט. יונגעלייט: באַ אייך הויבט זיך אָן רייסן די שטריקלעך. דער זיידע פלעגט זאָגן אַ משל, אַז איינער קומט קויפן סחורה — מעל, זאַלץ אָדער צוקער, איז סחורה גיט מען אויף באָרג אָן געלט, אויך כלים באָרגט מען, נאָר שטריקלעך דאַרף מען האָבן אייגענע. אַז אַ קאָמיסינער קומט קויפן סחורה, גיט מען אַלץ אויף באָרג, נאָר אויב ער איז אַזוי פיל אָרעם, אַז קיין שטריקלעך האָט ער אויך ניט, איז דאָס גיט מען ניט, ביסט קיין קונה ניט.

יונגעלייט, באַ אייך הויבט זיך אָן ווערן שלייף די שטריקלעך דער "חבל נחלתו"49, וואָס מען איז דאָך עתיד ליתן דין וחשבון, וואָס דער "סוּד"49 איז דאָך

הערות

  1. 46. שו"ע אדה"ז או"ח סתר"ז ס"ד.
  2. 47. פתגם זה הובא בשם אדה"ז בספר השיחות תש"ו ע' 6. בשם אדמו"ר האמצעי: אגרותקודש חי"ד ע' קלה. ספר השיחות תש"א ע' 79. ובשם אדמו"ר מהר"ש: אגרותקודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"י ס"ע כט ואילך. שם ס"ע צט. ובכ"מ.
  3. 48. ראה גם שיחת [?] אדר תרפ"ג (לעיל ע' 46) ובהנסמן שם הערה 10.
  4. 49. האזינו לב, ט. ראה אגה"ת פ"הו. סה"מ תרפ"ג ע' קעד. ה'שי"ת ע' 116. ובכ"מ.
  5. 49. {6} משפט.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.