78

דעם אַנדערן, און זאָגט אַז ער איז אַ חסיד.

מיט וואָס קען דער גלייך ווערטל נטהר ווערן, צי מיט דעם וואָס אַ חסיד זאָגט אים?! ער איז זיך מתנהג היפך השו"ע און זאָגט אַז דאָס איז מדת חסידות! וואָס באמת רירט חסידות ניט אָן אפילו אַ סעיף קטן פון שו"ע, און ער טוט אָן מדת חסידות היפך השו"ע.

מילא השגה פאַרשטייט ער ניט אָבער ער דאַרף דאָך ניט טאָן היפך השו"ע, היפך פון מדת חסידות. מיט וואָס פאַר אַ העזה רופט ער זיך אָן אַ חסיד, מיט וואָס פאַר אַ חציפות טראָגט ער אַוועק חסידות שלא במקומו, ער רעדט אין מיטן דאַוונען, וואָס דער רבי זאָגט אין תניא44 שאסור לדבר בעת התפלה, ער זאָגט דאָס עפ"י השו"ע. און ער דער חצוף (איך מיין ניט חצוף וואָס די גמרא רופט אָן) זאָגט ער אַז ער מעג יאָ ריידן, ער מעג ניט הערן קיין קריאת התורה, ניט ענטפערן איהש"ר, ער איז דאָך אַ חסידישער יונגערמאַן.

די משכילים פאַרלאָזן זיך אויף די עובדים און די עובדים אויף די משכילים, און לסוף איז ניט קיין עובדים און ניט קיין משכילים.

מילא מיר, אין די מיטעלע יאָרן, ווערט מען אַמאָל נתעורר בתשובה (מ'מיינט ניט די מדריגה צדיק נאָר בתשובה) — ווערט מען דאָך יע נתעורר, אַז עס ווערט ניט גוט פון זיך, ביז אַז עס איז ניט ניחא דער לעבן. נאָר, מען טאָר דאָך ניט בעטן אויף זיך קיין וכו'.

אָבער די צעירים — אַז מען שטייט אויף נייען אַזייגער און דערנאָך אַ גאַנצן טאָג רעדט מען לה"ר רכילות שקר לצנות, מ'לייגט זיך שלאָפן ניט געלערנטערהייט. נאָר ער האָט אַ טענה אַז ער איז אַ אָנגעהאָרעוועטער. דאָס איז זונטיק. וואָלט מאָנטיק זיין אַנדערש, ניין. מאָנטיק איז אַזוי ווי זונטיק. און אַזוי איז אויך דינסטיק, דינסטיק איז אַזוי ווי מאָנטיק, און מאָנטיק אַזוי ווי דינסטיק. און אַז עס קומט שבת קודש עפענט ער אַ ספר חסידות און דאָס איז באַ אים אַזוי ווי אַ תכשיט, אַזוי ווי אַ שיינער תכשיט וואָס ער טוט אים אָן, אַזוי איז גאָר באַ אים חסידות אַ שיינער תכשיט, וואָס עס קען זיין אַז דאָס איז נזם זהב באף חזיר45, וואָס די חסידות וויל אים ניט ליידן, נאָר וואָס קען זי העלפן.

ח. מען איז ניט אויסן צו ריידן אין כלל וואָרום אַז מ'רעט אין כלל איז פאַראַן צוויי חסרונות, ערשטנס מיינט מען אַז מ'מיינט דאָס ניט עם. צווייטנס, מיינט מען אַז מען מיינט דעם זולת. און אין פרט איז שווער צו ריידן, נאָר מען דאַרף זיך דאָך דערריידן צו אַ טאָלק, מיר דאַרפן אַ ענין ניט פאַרוואָלקענען אין ניט פאַר'כשר'ן, מאַכן עם ריין, מען דאַרף זיך דערריידן צו די אמת'דיקייט פון דער זאַך, צו די טהרת הענין.

מיט וואָס הייסט מען חסידים? צי מיט דעם וואָס ער שטייט אויף 9 אַזייגער און גייט אין וואַסער און שטעלט זיך דאַוונען האַלב עלף און דאַוונט ביז האַלב דריי, מיט דעם איז ער אַ חסיד? ער דאַרף אויפשטיין אין דער צייט, ניט שפעטער פון זיבן, און דאַוונען אין דער צייט, און ניט לייגן זיך שלאָפן ניט אָפּגעלערנטערהייט אַן ענין. און אויב ניט מיט וואָס הייסט מען חסידים? צי מיט דעם וואָס מ'טוט אַ טובה אַ אידן,

הערות

  1. 44. אגה"ק סכ"ד (קלח, א).
  2. 45. משלי יא, כב.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.