77
[אח"כ שאל אחד: הלא אדמו"ר האמצעי מדבר בענין מבוי המפולש40.
וענה כ"ק אדמו"ר:] אדמו"ר האמצעי מאריך בענין מבוי המפולש, כי חסידי אדמו"ר האמצעי האָבן געברענט כיקוד אש. חסידי אדמו"ר האמצעי זיינען געווען ליכטלעך, זיי האָבן געלויכטן ווי אַ ליכט. לבם הי' בוער כבשר בקלחת, אָט ווי פלייש קאָכט זיך אין אַ קעסל. זיי זיינען געווען וואַרעמע אידן.
מיר קענען דאָס פאַרשטיין פון אַ משל פון אב ובן שלא ראו א"ע משך זמן
— כמו שקרה במדינות אלו, אב ובן שלא ראו א"ע שבע שנים —
וכבר התייאש ממנו לגמרי אַז ער איז גאָר פאַרפאַלן געוואָרן. און דערנאָך אַז ער זעט זיך מיט אים, ווערט ער דאָך צוקאָכט.
— וכמו שהוא בענין הכעס, אַז ער ווערט צו קאָכט, וואָס דאָס דאַרף ניט זיין —
כמו"כ האָט באַ זיי (חסידי אדמו"ר האמצעי), געקאָכט די האַרץ אין אַ התרגשות, לבם הי' בוער כבשר בקלחת, ווי פלייש וואָס קאָכט זיך אין אַ קעסל. ווי איינער אַ חסיד האָט דערציילט אַז ער האָט געזען ווי דער כוס האָט געזאָדן ביים רבי'ן אין האַנט, וואָס דאָס איז אויך אַ ענין. און איצט זיינען די יונגעלייט קאַלט און פאַרפראָרן אַזוי ווי ליאד41.
כמו"כ הי' שיעור בענין ההתקרבות, וואָרום חסידות מאָנט ניט קיין ריבוי, עס איז גענוג וויפל עס איז פאַראַן. עס איז געווען אין אַ שטאָט, אַ עיר ואם בישראל, וואָס דאָרטן איז געווען צען מנינים חסידים (פשוטים), צווישן זיי זיינען געווען צען רעכטע, רעכטע ווי עס דאַרף צו זיין, זיי זיינען געווען אבירי הדעה גיבורי הלב, און זיי זיינען ניט אויסן געווען צו ציען נאָך מער, נאָר מצד אהבת ישראל, וואָס כל ישראל ערבים זה בזה, איז אַז מען האָט האָלט איינעם, און מען האָט אַ גוטע זאַך, גיט מען דאָס דעם אוהב. כמו"כ איז באַ זיי געווען, מצד אהבת ישראל האָבן זיי געגעבן דעם אַנדערן אויך. אָבער זיי זיינען ניט אויסן געווען צו ציען. און איצטער איז מען מקרב פאַר אַ דרייערל אפילו אַזאַ וואָס מען דאַרף ניט. דער ענין פון "וחטאך בצדקה פרוק"42 האָט מען געזאָגט נבוכדנצר. אָבער פטר'ן זיך מיט אַ דרייערל קען מען ניט. ס'איז מער ניט אַז לאחר וואָס ער האָט געטאָן און דער גוף איז איינגעמאַטערט, דער גוף האָט שוין מער קיין כח ניט. דעמולט איז דאָס אַ זאַך, נאָר מ"מ איז דער דרייערל אַ דרייערל בפרט אַז עס קען דאָך זיין שזה נוגע בחיי נפשו.
ז. יתבררו ויתלבנו הדברים43.
נו, מיר וועלן זיך דערריידן צו אַ טאָלק, ווי איז דאָס רעכט אַז אַ יונגערמאַן זאָל אויף שטיין נייען אַזייגער, און צען אַזייגער איז ער שוין אַ בעל עסק, ער לייגט זיך שלאָפן ניט געלערנטערהייט, ער לייענט אָפּ ק"ש אגב אורחא ביז המפיל43, און ליגט שוין מיט'ן פּופּיק, און איז אַ מדבר שקר, לה"ר, רכילות, גלייך ווערטלעך, און איז מבטל
הערות
- 40. תורת חיים תולדות ב, ג ואילך. בשלח קעד, ב ואילך.
- 41. {6} קרח.
- 42. דניאל ד, כד (ושם: וחטיך).
- 43. ע"פ דניאל יב, י.
- 43. בהנחה אחרת: ק"ש איז איך שיהי' ביז המפיל.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.