ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתר"פ-תרפ"זספר השיחות תרפ"השמחת תורה תרפ"ה75

75

נאָר רביים זאָגן ניט אַזוי, רביים זאָגן ווי עפ"י תורה איז, און עפ"י תורה איז דאָך "במקום שבעלי תשובה עומדים כו'", וואָס אַ צדיק איז דאָך ניט שייך צו אַ חטא ועון, וואָרום חטא איז דאָך דער פי' חסרון, כמאמר29 "והייתי אני ובני שלמה חטאים — חסרים".

ער גייט מיט אַ סדר: בעת ער שטייט אויף פון שלאָף הוא נוטל את ידיו ואומר "מודה אני", און איז מקבל עול מלכות שמים מיט אַ קבלה גמורה, וואָרום אַז מען שלאָפט ווי אַ איד, שטייט מען אויף ווי אַ איד. אויך ווייס ער אַז "עיר פרא אדם יולד"30, אַז מצד הגוף איז ער שייכות צו אַלע זאַכן במילא לייגט ער אויף זיך אַ הגדרה כללית, אַז אַלע ענינים וואָס זיינען שייכות צום גוף זאָלן זיך ניט טאָן אָן אַ רשיון. איז במילא מובן אַז ער איז ניט שייך צו לשון הרע, רכילות, שקר וליצנות.

און דערנאָך הויבט זיך אָן קודם התפלה און תפלה. לאחר התפלה בייסט ער עפּעס איבער, אשר גם האכילה היא באופן אחר, און דערנאָך גייט ער אַוועק לעסקיו.

וואָרום אַ בעל עסק קען דאָך אויך זיין אַ צדיק, כי כאו"א צריך לומר מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי אברהם יצחק ויעקב31, וואָס אויך אַ בעל עסק דאַרף דאָס זאָגן, וואָרום וואָס איז געווען אברהם יצחק ויעקב — זיי זיינען דאָך אויך געווען אַ נשמה המלובשת בגוף, נאָר זיי זיינען געווען אַ מרכבה לאלקות32.

און אַזוי קען זיין יעדערער לפי מדריגתו: אַז ער שטייט אין מאַרק און האַנדלט מיט מעל אָדער מיט זעקלעך, און קוקט ניט אויף די "מאַרקיקע" זאַכן (דברים החיצונים), און דאָרטן ווייס ער אַז "הוא הנותן לך כח לעשות חיל"33 — איז ער אַ מרכבה לאלקות.

דערנאָך הויבט זיך אָן מנחה, וואָס מנחה איז דאָך זייער טייער, בפרט מנחה באַ אַ בעל עסק, וואָס דאָס איז דאָך באמצע העבודה, איז דאָך עם זייער שווער צו אָפּרייסן זיך34, וואָס דאָס קען מען פאַרשטיין פון אַ יושב אוהל: בשעת אַ יושב אוהל זיצט און לערנט אַ ענין און עס איז זייער געשמאַק, ובפרט אַז ער לערנט בעיון און ער איז נאָך מחדש חידושים, וואָרום "חלקי הוי' אמרה נפשי"35 שיש בזה מה שנותנים לו מלמעלה — כי הוא ית' רחום וחנון — און ער לערנט מיט אַ געשמאַק, בעריבות נעימות ומתיקות. איז בשעת עס קומט די צייט צו דאַוונען מנחה, און ער זעט אַז דער זייגער איז האַלב 5, און 45 אויף 5 (אָדער 5) איז די שקיעה, און מנחה דאַרף מען דאָך דאַוונען אין צייט דאָס איז דאָך עפ"י שולחן ערוך, און שולחן ערוך איז דאָך ניט "ערוך השולחן" — מען קען דאָך ניט איבערדרייען, האַלב 5 איז ניט האַלב 6 — איז

הערות

  1. 29. ראה מלכיםא א, כא ובפרש"י. לקו"ת מטות פב, א. נצבים נא, א.
  2. 30. איוב יא, יב.
  3. 31. תנא דבי אליהו רבה פכ"ה. וראה סה"מ תרפ"ג ע' קע. ה'שי"ת ע' 113. ספר השיחות תש"א ע' 47. ובכ"מ.
  4. 32. בראשית רבה פמ"ז, ו. פפ"ב, ו. תניא פכ"ג. פל"ד. פל"ט.
  5. 33. עקב ח, יח.
  6. 34. ראה גם סד"ה נעשה נא תרצ"א. ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 314. וש"נ.
  7. 35. איכה ג, כד. וראה סה"מ תרפ"ה ס"ע רפד. תש"ח ע' 136. וש"נ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.