72

אַנדערן. שבזה הענין גופא וואָס זיי האָבן געלעבט האָבן זיי געמאַכט לעבן דעם אַנדערן. כמו מענין ההוכחה האָט מען דאָך גערעט אַז מען דאַרף פריער אויף זוכן באַ זיך און מתקן זיין דאָס ועי"ז ווערט באַ עם ליכטיק, און אַז עס ווערט ליכטיק במילא איז ער שוין ניט שייך צו דעם, וואָרום גזלנים און חמסנים קלייבן זעך נאָר וואו עס איז פינסטער. כמו שאמר אאמו"ר נבג"מ זי"ע: אין אַ פּוסטקע קלייבן זיך כו' אָבער אַז עס איז ליכטיק אַהין גייען זיי ניט. ועי"ז מתקנים את הזולת, וואָרום אַז מ'איז מתקן באַ זיך ווערט נתגלה דער אור האמת און פאַר אַ אמת פאַלט מען אַראָפּ, מילא קען אר פועל'ן אויף דעם זולת. כמו"כ הי' אצל החסידים הישנים אַז זיי האָבן געהערט אַ וואָרט, האָבן זיי אַליין געלעבט אין דעם, און האָבן געמאַכט לעבן דעם אנדערן.

איך האָב געהערט פון ר' הענדלען9

— איך האָב עם געקענט פון תרמ"ח עד תר"ס —

האָט ער דערציילט אַ וואָרט וועגן ר' לייב סמארגאנער שוחט און ר' צאַלקע אַזאָרעצער10

— ר' צאַלקע פלעגט זיך מוזן זעהן מיט ר' הלל'ן11 איין מאָל אין צוויי חדשים, או הוא נסע אליו או להיפך —

פלעגט ער דערציילן אַז ר' לייבע סמארגאנער פלעגט גיין מיט ר' צאַלקע אַזאָרעצער פּאַפּליעץ (היינו פּלייצע אין פּלייצע)12, כך הי' אומר.

איז אַז ר' הענדל פלעגט איבער זאָגן דעם וואָרט, פלעגט ער אין דעם לעבן. הגם אַז אין דעם וואָרט איז דאָך ניט באַשטאַנען קיין שום השכלה און קיין שום ענין ניט, נאָר דאָס איז אַן ענין עצמי, וואָס רביים רופן אָן עצמי. אָט ווי דער ענין פון ברוך אתה הוי', איז דאָך אין דעם ניט פאַראַן קיין השכלה, נאָר דאָס איז אַ ענין עצמי אַז ער איז זוכה צו דערמאָנען דעם שם הוי', און דערמאָנט אים ווי עס דאַרף זיין דערהערט ער דאָ עצמי.

באַ זיי איז געווען אַ וואָרט טייער.

ה. כמו"כ המקבלים מהם קבלו ע"ד יש מאין, שהאין אינו נתפס ומתלבש בהיש, והיש אינו מרגיש את החיות שבו, היינו שמרגיש שהוא חי אבל אינו מרגיש שהוא חי מהאין, כמו"כ הי' אצלם, זיי זיינען ניט געלעגן אין השפעה, און ניט אין טאָן עם הזולת רק ממילא פעלו על הזולת. זולת אחדים שהרביים פלעגן צו זיי שיקן יונגע לייט, כמו ר' הלל, היינו די וואָס זיינען געשטאַנען אין אַ שטיקל ציור היו משלחים אותם להם, זיי זאָלן זיי אַריין געבן אַ חיות פנימי.

משא"כ עתה הוא כמו ענין עילה ועלול כמו הציור דתומכי תמימים שהוא בדרך עו"ע משפיע ומקבל, אַז דער עלול איז מכיר עילתו שגבוה ממנו, כמו"כ איז ער יודע שהוא בערך אליו

הערות

  1. 9. ר' חנוך הענדל קוגל. — ראה אודותו לעיל ע' 29 הערה 10. וש"נ.
  2. 10. מחסידי אדמו"ר הצ"צ. ראה אודותו: בית רבי ח"ג פ"י (יט, א [קכז, א]). נזכר בשיחת חג הפסח תרצ"ד סט"ז. ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 44. שם ע' 105104. תש"ב ע' 54. ועוד.
  3. 11. ר' הלל מפאריטש. — ראה אודותו לעיל ע' 52 הערה 12. וש"נ.
  4. 12. ראה גם ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 196 (באו"א).

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.