61
ונתון אל התומ"צ בהרגש פנימי, יכול להפוך הטבע במופת גלוי כדי לקרב הלבבות כו'.
אבל "כל ת"ח שאין בו דעת", שאינו מכיר ואינו מרגיש כו' אזי "נבילה טובה הימנו", די טבע איז בעסער פאַר עם, זאָל ער ניט טשעפּען די נבילה הטבע, וואָרום ער קען קאַליע מאַכן, זאָל ער לאָזן די טבע ווי דאָס איז, דאָס וועט זיך דורכטאָן דורך אַ פּראָסטן אידן וואָס ער זיצט שבת אין שול אין אַ קרן זוית און זאָגט תהלים, און דאָרטן זיצן צוואַנציק אידן און ריידן דברים בטלים, ווערט ער ברוגז און הויבט אָן שרייען אויף זיי וואָס איז דאָס וכו', און ער איז זיך מיישב לאָמיר מאַכן אַ שלש סעודות, און אַזוי פירט זיך איין אַ שלש סעודות מיט בולקעלעך וכו', און דערנאָך כשבא לביתו ווערט ער גאָר אַנדערש, ביז ער קען נתהפך ווערן לאיש אחר, און דאָס איז ע"י תהלים וכו', ישר יחזו11, ישר איז דער טייטש בשוה אין מוח, לב, ידים ורגלים.
באמת איז חסידים אַמאָל אויך געווען ניט קיין סאַך, אַ מנין בעיר, צוויי איז אַסאַך, נאָר עס איז פאַראַן חסידים חסידישע בע"ב, און אַזעלכע למדנים וכנ"ל, אַ מנין חסידים איז שוים געווען אַ חסידישע שטאָט, עס איז חסידים וואָס צוליב חסידות פלעגט ער אַוועקלייגן אַ אייגענעם ענין, אַ מלמד איז רעכט געווען דריי טעג ניט קומען אין חדר וויילע ער האָט געדאַרפט טאָן מיט זיך, דערנאָך איז ער געקומען אין חדר און זאָגט דעם אינגל, ס'טייטש פאַרוואָס האָסטו אַליין ניט געקאָנט לערנען, וואָס, ווייסט ניט אַז עס איז פאַראַן אַ גט אויף דער וועלט, נאָר אַזעלכע איז אָבער געווען זייער ווייניק, נאָר די עטלעכע האָבן גע'פועל'ט אין אַלעמען כסדר הנ"ל.
ה. יש כאלו שמקבצים פון ר' אייזיק'ס ור' הלל'ס ספרים, און מ'זאָגט פשט'לעך, און מ'פאַרשטייט אַליין ניט וואָס מ'רעדט, מען זאָגט שקרים, היפך החסידות. ואפי' אם אומרים זאת בכדי להתקבל על הלב ג"כ לא, ובפרט שזהו בשביל ישות ומציאות עצמם ונוח להם שלא נבראו. די כוונה איז חזר'ן חסידות, פסוקים און מדרשים וכו' וואָס מ'זאָגט איז דאָס אַ טובה, אבער חסידות איז אַ עצמי. ביסט אַ משכיל ברעך די קאָפּ, מ'מיינט דאָס ניט אין גשמיות. ויש אחדים ששייכים והורשה להם.
הסבר פאַרשטאַנד איז יעצט אַסאַך מער ווי פריער. פאַראַן מאמרים וואָס זיינען געזאָגט געוואָרן פון פריערדיקע און עס איז ניט מובן, און שפּעטער באַ דעם טאַטן פאַרשטייט מען שוין אַלץ, יעדער זאַך איז ער מסביר. עס איז פאַראַן אַ מאמר וירד העיט12, דער טאַטע האָט געפרעגט צו ווייסטו, האָב איך עם געזאָגט וכו', ואמר אאמו"ר: נו, זאָג אַליין האָט דאָס אַ קלעפּ, די עיין'ס קומט אויס אַ כפל לשון (חסר).
הערות
- 11. תהלים יא, ז.
- 12. אולי הכוונה לד"ה וירד העיט באוה"ת בראשית ח"ד תשז, א ואילך. וראה ד"ה הנ"ל לכ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע — סה"מ תרנ"ח ע' יז ואילך.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.