56
אויף טאָן עם הזולת בכל הענינים, הן פשוט אַרויסגיין אויפן גאַס און רופן דאַוונען, אַלץ איינס ווי אין געשעפט, וואָס ער רעט מיט אַ שפת חלקות וכדומה, כך צריך להיות זה ג"כ בעבודה דקדושה בכל מיני דיבורים ובכל מיני המצאות.
כי עיקר הכוונה פון אַ אידן, מאַכן נאָך אַ אידן, אפי' איין איד, ולזה הטעם כתיב בתורה מצוה הראשונה מצות פו"ר, ולכאורה תורתינו היא קדושה, חכמתו ורצונו ית' של הקב"ה, ולמה כתוב זאת בראשונה, אלא להורות שזהו יסוד פון אַ אידן, אַז אַ איד דאַרף מאַכן נאָך אַ אידן21, שזהו מ"ש22 כי ידעתיו גו' אשר יצוה את בניו גו', אין הכוונה פה צוואה ממש, אַ צוואה קען מען שרייבן צו אַכט און צוואַנציק יאָר אויך, דער טאַטע האָט געשריבן אַ צוואה בהיותו בן כ"ח שנה בשנת תרמ"ח23.
ד. בשוה ממש אַז אַ איד זאָגט ה' פסוקי תהלים, מיט די שווערסטע סוגיא אין גמרא, מיט די טיפסטע ענינים פון חסידות, און מיט דעם העכסטן ענין אין קבלה. אדרבא, אַז ער זאָגט מזמור לאסף, זאָגט ער דאָך אוודאי מיט אַ אמת, ער זאָגט תהלים וויילע דוד המלך האָט געזאָגט, משא"כ בא אַ משכיל הויבט זיך אָן באַ אים: און וואָס זאָג איך, אַז ער לערנט אמר אביי — און וואָס זאָג איך.
ה. רבינו זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע אמר אַז אַ איד איז אַ שטאָט, און אַז ער איז כדבעי ווי ער דאַרף זיין אין דעם עסק התורה והתפלה, ווערט די גאַנצע שטאָט אַנדערש, וואָס דאָס איז אַ ברכה אין למעלה מדרך הטבע. אַ רב אין אַ שטאָט איז אַ אבוקה אין אַ שטאָט, און אַ שוחט אין אַ שטאָט איז אַ אור אין אַ שטאָט. אשמים אנחנו, שולדיק זיינען מיר, רבנים שוחטים מלמדים, די אידן זיינען ניט שולדיק, פאַראַן דאָך אַזעלכע וואָס בענטשן ליכט נאָך אַכצן מינוט, און זיינען מגלח די ?אָרד, און אַ ענין פון מקוה איז בא זיי בשוה ממש, מצד העדר הידיעה. אַ אידן אַז מ'איז מעורר ווערט ער נתעורר.
[ושאל אחד: איך יכול לפעול בהזולת, אז מען איז אַליין ניט ווי מען דאַרף.
ואמר כ"ק אדמו"ר:] אדרבא אַז דער שוחט וועט פועל'ן אַז דער קצב וועט גיין דריי מאָל אַ טאָג דאַוונען און הערן ווי מען לערנט, היינט אַז דער קצב איז אַזוי (וואָס דער שוחט ווייס דאָך אוודאי דעם מהות פון אַ קצב וכו'), היינט ווי דאַרף ער אַליין זיין, מילא וועט ער אויך ווערן אַנדערש, לערנען חסידות וכו', אַז דער רב וועט דערזען וואָס טוט זיך מיט'ן שוחט, היינט ווי דאַרף ער שוין זיין. וואָס דאָס רופט זיך אַ סדר השתלשלות המדריגות מלמטה למעלה.
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.