ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתר"פ-תרפ"זספר השיחות תרפ"ג[?] אדר תרפ"ג47

47

געזאָגט אַז עס וואָלט זיך וועלן לכנוס בגבולם, נאָר איך האָב מורא שלא יכנסו בגבולי, און אַז איך וועל אַריינגיין בגבולם וועל איך עפּעס אויפטאָן, און אַז זיי וועלן אַריין בגבולי וועלן זיי מחסר זיין.

יב. לחיים. דער אויבערשטער זאָל געבן ער זאָל דער הארין זען זיך מיט דעם עלטער זיידן, מיט'ן זיידן ווייס איך ניט, נאָר אַז מיט דעם עלטער זיידן וועט שוין דער זיידע ממילא זיין, און עס זאָל זיין מיט אריכות ימים ושנים, און זאָל זיין שמא גרים12 — הולך בטוב ישכון בטח13.

עס איז פאַראַנען ענינים פון בירורים און נסיונות. וואָס דער ענין פון נסיונות נעמט זיך פון עצמות א"ס נאָר דאָס גייט דורך דורך אַ מנגד, בירורים הייסט14, אַז אין דער זאַך איז פאַראַן אַ ניצוץ אלקי, דאָס הייסט אַ כוונה אלקית, אָט די בולקע איז אין איר פאַראַן אַ ניצוץ אלקי, וואָס אויב אַז מ'עסט זי און מ'איז מברך תחלה וסוף ווערט דאָס נתברר ונתלבן ונזדכך ונתעלה. נאָר די זאַך פון נסיונות איז, אַז אין דעם איז כלל ניטאָ קיין ניצוץ אלקי, אַ כוונה אלקית. דער ניצוץ אלקי אין נסיונות איז ווי דער ניצוץ אלקי וואָס איז פאַראַן אין אַלע דברים אסורים וואָס איז מקבל מבחינת כתפיים כמאן דשדי בתר כתפי'15, וואָס אין דעם איז ניט שייך קיין בירור מער ניט ווי שבירתו זהו תקנתו. די כוונה אין דעם איז אַז דער אדם זאָל דאָס מדחה זיין, היינו ווי דער ענין פון עוצם עיניו כו', ער גייט אין גאַס און עס איז פאַראַן אַ זאַך וואָס מען טאָר אויף דעם ניט קוקן און אויב ער וועט קוקן וועט דאָס אים שאַטן, איז דערצו ניט שייך דער ענין פון בירור, נאָר ער דאַרף דאָס מדחה זיין, דו ביסט דאָך אַ נסיון, אַוועק נסיון, כי מנסה ה' גו' לדעת16, דער ענין הנסיונות איז מ'זאָל צוקומען על ידם צו דעת.

הערות

  1. 12. ראה לקו"ש ח"ו ע' 36.
  2. 13. ע"פ משלי י, ט.
  3. 14. בהבא לקמן (בההפרש בין בירורים ונסיונות) — ראה סה"מ פר"ת ע' קזקח. תרפ"ט ע' 206. וש"נ.
  4. 15. ראה תניא פכ"ב (כז, ב).
  5. 16. ראה יג, ד. וראה לקו"ת פ' ראה יט, ב ואילך. מקומות שצויינו בהערה 14.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.