45
[?] אדר תרפ"ג
א. הערט אידן, עס איז פאַראַן אַ נייע אבייאווקע1, אַז דער וואָס וועט פאָלגן וואָס איך וועל אים הייסן, איז מיט וואָס איך וועל אים בענטשן, וועט מקויים ווערן. דאָס האָב איך היינט געבראַכט פון אוהל. און וואָס צו בענטשן דאָס איז מיר אַוועק געגעבן געוואָרן, דאָס איז מיטן נאָמען זיידע.
ב. לחיים, מיר זיינען דאָך אַלע מאמינים בני מאמינים אין תורת משה, וואָס אין דעם איז נכלל כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש2. אין פרטים זיינען מיר מאמין אין ע"ח און פע"ח. אין פרטי פרטים, אין אונזערע רביים. און דאָס ווייסן מיר אַז עס איז פאַראַן זכות אבות ואבות אבותינו,
איז בכחותם זאָג איך, אַז ימלא השי"ת משאלות לבב כאו"א מישראל יהי' מי שיהי' בכל מרחב המדינה, און וואָס חוץ למדינה, לטובה ולברכה.
ג. אמר אחד המסובים: ברכנו מיט דעת. והשיב: דעת פעלט אונז? קיין דעת פעלט אונז ניט, העכבה פעלט אונז. עס דאַרף זיין העכבה אין אמיתית הענין.
ד. אמר אחד: רבי, עס פעלט התקשרות.
ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:
פאַרוואָס זייט איר טאַקע ניט מקושר, יפתח בדורו כשמואל בדורו3 [והי' צועק בקול דברים הנ"ל פעמים רבות, ואמר:] צו אַ אידן וואָס לערנט און דאַוונט דאַרף מען זיך צובינדן, ולדבקה בו3, וכי אפשר להדבק בו, אלא הדבק בת"ח כו', אַ איד וואָס קען לערנען — איך מיין ניט וואָס קען לערנען, איך מיין וואָס לערנט — אָדער אַ איד וואָס זאָגט אַ
הערות
- 1. {6} הודעה.
- 2. ראה מגילה יט, ב. ירושלמי פאה פ"ב ה"ד. שמו"ר רפמ"ז. וראה סה"מ תרצ"ז ע' 179 הערה 130. וש"נ.
- 3. ר"ה כה, ריש ע"ב.
- 3. עקב יא, כב ובספרי עה"פ. תניא פ"ז.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.