43
ש"פ משפטים, בדר"ח אדר תרפ"ג
א. וועגן די משכילים וואָס לערנען דעם ביאורי זוהר מיט די העכסטע השכלה, און בכח ההשגה ההיא קענען זיי טאָן היפך הענין, און אַליין טוען זיי היפך ההשכלה, אויף די האָט דער טאַטע גאָר ניט פאַרקלערט.
נאָר וועגן אַ פּראָסטן אידן, וואָס שטייט אויף אין האַלבע נאַכט, און זאָגט אַ קאַפּיטל תהלים, און וויינט זיך אויס גאַנץ גוט, אָט די האָט דער טאַטע געמיינט.
[אמר אחד המסובים: פאַר די וואָס זיינען דאָ, איז דאָס צופיל קולא. והשיב:]
מ'מיינט דאָך ניט קיין קולות ח"ו, נאָר באמת אויף דאָס גופא דאַרף אויך קריכן די אויגן פון שטערן, און אַז עס קריכן די אויגן איז נשקשה. אַ קאַפּיטל תהלים איז אויך גוט. אַוודאי דער וואָס איז שייכות צו לערנען חסידות און וויל זיך פטר'ן מיט אַ קאַפּיטל תהלים, קען זיך ניט פטר'ן.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.