43
זאָגט דאָס לעצמכם — אנה אני בא30, כי הרשב"ץ ז"ל הי' מחסידי אדמו"ר הצ"צ וגם מחסידי אאזמו"ר.
היינו ק"ו, ומה דאָך דער טאַטע לאחר משך עשרים שנה לנשיאותו אין די רעכטע יאָרן וואָס ער האָט געטאָן מיט זיך אין זכות העולם אמר אנה אני בא, היינט וואָס זאָל איך זאָגן, מען דאַרף גיין בדרך רבותינו — זייט זיך מקשר צו די רביים.
ט. דער וואָס איז מקבל מוטב ובאם לאו אני אומר מפורש, איך וויל ניט מ'זאָל קומען צו מיר, מער ניט וואָס מ'קען ניט אַרויסטרייבן פון שטוב, אָבער איך וויל ניט ער זאָל גיין צו מיר, קיין טובה וועט אים געוויס דערפון ניט אַרויסקומען, אַז מען בעט אַ התעוררות רחמים זאָגט מען פאַר דעם: פאַר דעם בעסטו (עוד היו דיבורים איומים עד למאוד, ולא נתנו ליכתב מפני השכחה) — זאָל ער זיין געזונט און שטאַרק נאָר צו מיר וויל איך ניט ער זאָל גיין, אַי ואהבת לרעך כמוך31, קען מען דאָך מקיים זיין פון ווייטן אויך.
וואָס בין איך מחויב אָפּגעבן אים מיין צייט און מיין געזונט. עס קען זיין אַז כי בנפש הוא. פאַרוואָס גיט מען ניט אַ פרעג פאַרוואָס איז דער מיטעלער רבי נסתלק געוואָרן פאַר פיר און פופציג יאָר32, און פאַרוואָס איז דער זיידע נסתלק געוואָרן צו אַכט און פערציג יאָר33,
[וסיים כ"ק אדמו"ר:] פאַר דעם פאַר יענעם גיב איך אַוועק מיין צייט און מיין געזונט און לעבן, מיין עוה"ז און מיין עוה"ב, אַ?י עס זאָל זיין גוט.
הערות
- 30. לשון הכתוב — וישב לז, ל.
- 31. קדושים יט, יח.
- 32. נולד ט' כסלו תקל"ד, נסתלק ט' כסלו תקפ"ח.
- 33. נולד ב' אייר תקצ"ד[ednref_15_*], נסתלק יג תשרי תרמ"ג. [edn_15_*] ראה שיחות: יט כסלו תרצ"ג סכ"ד. ש"פ וירא, כ"ף מ"ח תרצ"ג. ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 8 הערה 5. וש"נ. ספר התולדות אדמו"ר מהר"ש (הנ"ל) ע' 5 ובהערות וציונים להוצאה החדשה (ע' 89).
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.