39
בכלל זה הוא כל הספרים הנדפסים כמו תו"א ואמרי בינה (אבל לא ספרי חסידים הנדפסים) גם הכתבים של רבותינו הקדושים, און דער וואָס וועט ניט טאָן אַזוי זאָל ער וויסן אַז לא יאבה הוי' סלוח לו3 עד עולמי עד. איך וואָלט וועלן אַז ישמעו הדברים בכל קצוי ארץ.
[שאל אחד: מה אעשה שמוכרח אני לומר דא"ח באופן הנ"ל, כי אין לי כ"כ דרושים שיכולים לומר בפני בע"ב. והשיב:] פאַרוואָס זאָלסטו ניט זאָגן דעם מאמר אמרז"ל אין הקב"ה בא בטרוניא4, והמאמר רנ"א, זאָג איבער זיבן מאָל פערציג מאָל ביז ער זאָל דערהערן5, און אַז מען זאָל דערהערן דאַרף מען פריער קריינקען און ווייטיקען און אויסוויינען זיך גוט אין תיקון חצות, תיקון חצות איז ניט דוקא צוועלף אַזייגער, עס קען זיין פינף אַזייגער אויך אין ק"ש און תפלה, און נאָכדעם זאָגן חסידות, נישט אַרויס גיין מיט דעם בערדל און מיטן גאַרטל און יענער זאָל פון מיר הערן, פאַרוואָס זאָלסטו ניט הערן פון יענעם, פאַר וועמען זאָגט מען חסידות פאַר נשמה, נשמה אַדאַנק דעם אויבערשטן איז פראַנען אַזעלכע וואָס ביי זיי איז מאיר דער אור הנשמה בגוף, נאָר דאָס איז מער ניט ווי הארת הנשמה, עצם הנשמה איז אין בריאה, און פאַר חי' יחידה, וואָס חי' יחידה איז אין אצי', מילא דאַרף מען האָבן פריער אַ הכנה (אויסוויינען דאַרף מען זיך, נאָר יענער דאַרף ניט וויסן, פאַר דעם אַנדערן דאַרף מען אַרויסגיין מיט אַ שמייכל).
מען מאָנט ניט באַ אייך אַז איר זאָלט האָבן אַ ציור אין דעם ענין, למשל ענין הקו מאָנט מען ניט עס זאָל נצטייר ווערען און האָבן אין קאָפּ אַ קצת ציור וואָס איז קו, דאָס איז ניט שייך צו אייך, איר וועט וואַרטן ביז זיבעציג יאָר וועט איר אויך ניט צוקומען, דאָס איז שייך צו צאַרסקע פאַמיליע6.
[אמר על דא"ח שאמר6:] איר וואָלט וויסן וויפל יגיעה האָב איך געהאַט אויף דעם מאמר, אַז איך דערמאָן זיך אַז דער רבי האָט געזאָגט חסידות, דער מיטעלער רבי האָט געזאָגט חסידות, דער רבי הצ"צ האָט געזאָגט חסידות, דער זיידע האָט געזאָגט חסידות און איך דאַרף זאָגן.
ו. כבר אמרנו אודות זה בשמח"ת, שכ"א ילמוד בכל יום פ' חומש עם רש"י7 ופרק תניא ועמוד גמרא והלימוד יהי' אדעתא דנפשי' בקביעות בנפש, ומי שהוא אנוס כגון שהוא בדרך, ללמוד למחרתו פי שנים, ומי שאינו בר הכי יאמר תהלים, עס איז בשוה ממש דער גרעסטער פלפול מהגאון היותר גדול און דער טיפסטער ענין אין קבלה, און אַ איד שאינו יכול ללמוד דא"ח זאָגט קמץ אלף אָ (לא אָ בפּ בהמעטאָדעס החדשות)8, פירט אויך אויס די כוונה פון בראשית ברא, אַ תנועה פון אַ אידן איז זייער טייער למעלה.
הערות
- 3. ע"פ נצבים כט, יט.
- 4. תרמ"ח (סה"מ תרמ"ח ע' ע' קפו ואילך).
- 5. ביאור לשון זה ("דערהערן") — ראה ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 343 ואילך.
- 6. = משפחת המלך (רבותינו נשיאינו).
- 6. אולי הכוונה לד"ה איזהו חסיד (ראה רשימת מאמרי אדמו"ר מהוריי"צ ע' 8).
- 7. ראה סד"ה על חומותיך תרל"ח (סה"מ תרל"ח ע' רנה. הועתק ב"היום יום" יח אדר שני). ספר השיחות תש"ב ע' 27 (הועתק ב"היום יום" יט טבת). ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 203 (הועתק ב"היום יום" כה שבט). לקמן ע' 46. 71. 100.
- 8. ראה ספר השיחות תרפ"ט ע' 44. וש"נ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.