38

י"ט כסלו תרפ"ג

א. [אמר לאחד:] דער טאַטע האָט געזאָגט אַז מען שרייבט אַ פדיון ווי אַ נאַר בלייבט מען ביי די נאַרישקייט. מען דאַרף שרייבן קורץ און מיושב'דיק.

ב. [אמר לאחד:] איך מיין דיר זאָגן אודות הענין שדברנו אתמול, חסידות איז לא זו אף זו, אודאי דער וואָס איז שייך צו פאַרשטיין דאַרף ער זיך ניט באַנוגענען מיט לערנען אַ פרשה חומש כו' און ער דאַרף האָרעווען אויף התבוננות כדי לבוא לאהוי"ר, נאָר צוריק, איז חסידות קיין זאַך ניט שולל.

ג. הי' לי ידיעה מפאריז ששם נתיסדה חברה בשם שומרי שבת שבה נכנסו כשלשת אלפי איש ומהם הרבה דאָקטוירים, ובפראַנקפורט על נהר מיין כשבעה אלפים שנתעוררו מצד המנגד להחזיק ולתמוך בדת, וביום השבת סוגרים החנויות והבאַנק שלהם, בין איך זייער צופרידן געווען, מ"מ וועל איך אין די חברה ניט אַריין, וויילע ניט דאָס איז אַ זאַך פאַר מיר.

ד. [אמר לאחד:] איך האָב געהערט אַז דו דרש'נסט, ניט דאָס איז דיין זאַך, דיין זאַך איז לערנען און דאַוונען און פאַרלייכטן די שטאָט, אַמאָל איז געווען אַ רב אין אַ שטאָט האָט געלויכטן אין די גאַנצע שטאָט, דאַרפסטו זען אַז מען זאָל לערנען אין אַלע שולן בין מנחה למעריב.

[ושאל אחד: בין מנחה למעריב זהו בדוקא, ואמר:] מען מעג לערנען זעקס שעה נאָך מעריב אויך און מען מעג נעכטיקן אין שול אויך1. דער אָרט פון אַ אידן איז אין שול.

פעם א' כ"ק אאמו"ר הרה"ק נ"ע באסיפה אחת בבערלין שאלו אותו האשכנזים: מדוע אצלכם בביהמד"ר אינו מסודר ואינו מנוקה כדבעי ס'איז אָן געוואָרפן, ואצלנו הביהמד"ר הכל בסדר נכון ונקי וכל דבר על מקומו. והשיב להם: כי אצלינו הביהמד"ר הוא עיקר דירתנו ועיקר קביעותינו, ולכן אין מדקדקים על סדר החיצוני, כמו שאין מדקדק אדם בהיותו בביתו. אבל אתם כמו אורחים בביהמד"ר ואורח צריך להיות מסודר בכל עניניו בהילוכו ובבגדיו כו'.

ה. עס איז געוואָרן דרכים חדשים, מען זאָגט חסידות מיט אייגענע פשט'לאַך, ודרוש אומרים במקום חסידות, וכל א' בונה בימה לעצמו, ער זאָגט אַ מאמר חז"ל זייער גוט, מעג ער זאָגן פון חסידות אויך, אבל צריך להודיעו שאינו אומר דא"ח כ"א מגידות, איך האָב געהערט אַז אויף ליקאַווע זאָגט אַ מגיד שבת, ונהניתי עד למאוד, זייער גוט ער איז מעורר אידן לתומ"צ אָבער ניט זאָגן דרוש בשם חסידות, אם לא כשתחסר לו בענין יוכל להסביר בעיון ממקום אחר.

דא"ח צריך לומר דברי הרב ממש2

הערות

  1. 1. ראה גם ספר השיחות תרפ"ט ע' 51.
  2. 2. ראה אגרותקודש ח"ד ע' כז ואילך. לקמן ע' 174.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.