32

ניט פון דעם וואָס עתיק וועט איר קושן, ניט. . . איך בין דאָך דעם טאַטנס אַ קינד, וואָס איז מיר די וועלט נאָכן טאַטן, וואס האָב איך נאָך דעם טאַטן.

[זלגו עיניו הק' דמעות. . . ואמר:] איך ווייס וואו איך האַלט, נאָר עס דאַרף קיין עצבות ניט זיין (כל המסובים נתעצבו). לחיים, דער וואָס האָט געזען דעם טאַטן דעם ליכטיגען זיסען פנים פלעגט אים ווערן גוט, אַז איינעם איז געווען עפּעס ניט גוט, פלעגט ער קומען צום טאַטן, און בשעת ער פלעגט אים דערזען פלעגט אים ווערן גוט.

איך טאָר ניט וויינען נאָך אַ טאַטן, נאָך אַ נשיא בישראל מעג מען וויינען, נאָר איך וויין ער איז דאָך מיין טאַטע, טאָר איך ניט וויינען4 (והפסיק מלדבר אודות זה).

ה. [אח"כ יצא אחד, ואמר:] וואוהין גייסטו, ווילסט. . . זיי דאָ, מען דאַרף ניט קריכן אין אַ לאָך, מען קען פאַרקריכן זייער ווייט.

[וענה הנ"ל שהוא הולך להתפלל מנחה.

ואמר כ"ק אדמו"ר:] קענסט דאָ דאַוונען מנחה, צו דיינע כוונות וועט דאָס דיר ניט שאַטען, ווי גייט מען דאָס אַוועק אַז עס זיצן אידן שמח"ת און מען נעמט אַ ביסל משקה. ר' ברוך מבאברויסק5 הפסיק באמצע התפלה (שמו"ע) לשמוע דא"ח.

ו. [אח"כ התחיל לדבר אודות המקוה, ודיבר מה שדיבר, ובאמצע הדיבור אמר:] הגם אַז דער טאַטע האָט ניט געוואָלט ליידן געפּוצטע מקוואות, נאָר איך בין דאָך דער אַכטער דור6 קען איך זיך פאַרגינען אַ געפּוצטע מקוה.

[ודבר עוד אודות המקוה, ואמר:] דער טאַטע7 פלעגט שטרענג מאָנען ביי די מענטשען וואָס פלעגן זיין ממונים אויף עניני יהדות כמו מקוואות ויאַטקעס. ופעם אחת שמעתי איך שדבר עם אחד (ממונה), ותבע ממנו מאוד, עד אז איך האָב זיך געוואונדערט, ווי קומט עס צו דעם טאַטן, ניט וויילע ער איז מיינער אַ טאַטע נאָר ווייל איך האָב געקוקט אויפן טאַטן ווי אב הרחמים ניט ווי אב הרחמן8.

ז. אח"כ נתן משקה לאחד מאנ"ש ואמר לו שהוא מבטיחו שירויח הרבה ויהי' לו טוב בגשמיות אם יבטיחנו לשמור שבת ויו"ט ולהתפלל בכל יום ולהניח תפילין וליתן מעשר.

ח. בתוך הדברים הי': דעם רבי'נס אַ קינד זיצט און גיט אָפּ אַ גערוס חסידים פון דעם רבי'ן.

[כ"ק אדמו"ר דיבר ער האָט גערעדט מיט האַרץ, ויצאה הרבנית ובקשה שלא ישתה עוד משקה ולא ידבר כן. . . וענה, שלא ישתה עוד, ובקשה ממנו ער זאָל איר געבן אַ וואָרט, ואמר: אַ נשמה אַז מען לאָזט אַראָפּ למטה נעמט מען באַ

הערות

  1. 4. ראה לעיל ע' 9 הערה 2.
  2. 5. הרה"ג הרה"ח ר' ברוך מרדכי מבאברויסק. — אודותו בארוכה — ראה ספר השיחות תש"ב ע' 31 ואילך. הוספות לספר השיחות תש"וה'שי"ת ע' 413 ואילך. וראה גם ד"ה כי נער ישראל תרס"ו (נדפס בהוספות להמשך תרס"ו ע' תקפב).
  3. 6. בדורות נשיאי תורת החסידות: הבעש"ט הרב המגיד וכו'. — ראה אגרותקודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ב ע' כז. ובכ"מ. וראה גם ספר השיחות תרפ"ט ע' 96.
  4. 7. ראה אגרותקודש ח"ד ע' פפא.
  5. 8. ראה לקו"ת דרושים לר"ה סב, סע"ד. ובכ"מ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.