31
יום שמחת תורה תרפ"ב
א. איך קוק אויף זיי (התמימים) ווי אַ הון אויף ציפּליאַטקעס1, אַ ציפּליאַטקע קאָן נאָך ניט פליען, נאָר זי האָט דאָך אויך פליגלעך און מיט זיי גראָבט זי ווערעמלאַך, כן...
ב. לחיים, דער אויבערשטער זאָל געבן אַז ביי יעדער אידן זאָל מאיר זיין דער אור הנשמה.
אור הנשמה איז אלקות וואָס אלקות איז אמת, און אמת איז וואָס דאָס איז ניט התפשטות, נאָר עס ליגט אויף אַ אָרט אין ווינקל און עס גייט אויס.
ג. [כ"ק אדמו"ר נתן משקה לרז"ג, ואמר:] מיר דאַרפן נעמען משקה, מיר האָבן דאָך זיך געקענט זעהן גאָר אין אַ אַנדער עולם, איך ווייס ניט צי עס וואָלט פאַרדריסען, דאָרט איז דאָך דער עולם הברור.
בעת אַז איך האָב צוגערופן די דריי קינדער און איך האָב זיי פערזאָגרט זיי זאָלן נעמען חסידות'שע חתנים, האָט מען פון מיר געלאַכט, מען האָט געזאָגט: ער איז ניט ביים דעת.
דער אמת איז, אַז יעמאָלט איז געווען העכער פון דעת, עס איז דאָך דער עולם הברור, מיר האָט געטריפעט בלוט פון האַרצן, מיר האָט ניט פאַרדראָסן פאַר מיר, נאָר איך בין דאָך דעם טאַטנס אַ קינד, ווי איז דאָס דעם טאַטנס אַ קינד זאָל ריידען שלא בדעת.
איך האָב אים. . . מוחל געווען הרבה בלב, וואָרום חיי אינם חיים אַז אַ איד זאָל איבער מיר חס ושלום דאַרפן ליידען הן בגשמיות הן אין רוחניות, איך האָב ניט גע'דאגה'עט וועגען ווייב און קינדער [.. . ] איך האָב גע'דאגה'ט נאָר וועגן די כתבים, וואָס עס בלייבט אַזוי פיל כתבים, דעם טאַטנס (דעם רבי'נס), דעם זיידע'נס, דעם צמח צדק'ס וכו', און עס איז דאָך ניטאָ איצטער ווער זאָל דערקענען דעם כח הפועל בנפעל, מער ניט ווייל איך בין געווען אַ בן יחיד, פלעג איך אַלץ פרעגן ביי דעם טאַטן, וועמענס איז דער כתב און וועמענס וכו', ווייס איך, אָבער אַזוי קען דאָך קיינער ניט דערקענען דעם כח הפועל בנפעל, דעם כח הפועל בנפעל קען מען ניט דערקענען באַ דעם קאָזאַק אין פּופּיק. אפי' אין מעזיבוז אויך ניט. אויף דעם האָב איך גע'דאגה'ט.
ד. [אח"כ ביקש כ"ק אדמו"ר משקה מחתנו2, ונתן לו. והתחיל כ"ק אדמו"ר לנגן און קלאַפּן אויפן טיש. וחתנו התחיל לעכב את ידו שלא יכה על השולחן, ואמר:] דיך אַרט פאַר מיין האַנט, וואָס איז מיר די האַנט, וועט זי זיין אַ האַנט און שרייבן חסידות, ויד המחלקת צדקה3 איז גוט, אָבער אַזוי, וואָס איז מיר די האַנט, וואָס פאַר אַ שייכות האָט זי צו מיר, איך בין דאָך דעם טאַטנס אַ קינד, אָבער וואָס איז מיר די האַנט, וועט זי זיין אַ האַנט ווי עס דאַרף צו זיין, אַ מרכבה צו אלקות3, וועט זי עתיק אַ קוש טאָן, טאָמער. . . וועט איר דער מלאך הדומה רייסן בייסן, נאָר מיר איז גאָר ניט נוגע,
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.