29

ר' לוי יצחק מבאַרדיטשוב הי' מתפלל מוסף בר"ה לפני העמוד, וקודם קדיש הי' אומר8: דער פרייסישער קייזער זאָגט איך בין קייזער, דער רוסישער קייזער זאָגט איך בין קייזער, און איך לויק בן שרה זאָגט יתגדל ויתקדש שמי' רבא.

איז אידן צאָלן גענוג פאַר דעם אתה הראת און היינט איז דאָך זמן שמחתנו, דאַרף מען נעמען משקה, אָבער אַ גאַנץ יאָר דאַרף מען קיין משקה ניט טרינקען.

הרשב"ץ ז"ל9 ור' הענדל מפלעשעניץ10 בכל ליל ו' פרשת משפטים11 פלעגן זיי פאַרבריינגען, נעמען אַ סאָטקע משקה און אָנגיסן צוויי קעלעשיקעס מיט משקה און אויף דעם פאַרבריינגען אַ גאנצע נאַכט און פלעגן ניט טרינקען11. וכ"ק אדמו"ר שיבח מאד את הרשב"ץ ז"ל.

איז משקה דאַרף מען טרינקען נאָר שמחת תורה, י"ט כסלו און פורים.

ג. בכל פעם שהי' כ"ק אדמו"ר אומר לחיים הי' מברך: דער אור הנשמה זאָל מאיר זיין אין גוף און מען זאָל זיין מקושר צו דעם טאַטן.

ד. און אויף דעם וואַרט די משקה אַ גאַנץ יאָר, וואָס איוואַן חראָפּ בעת ער מאַכט די משקה האָט ער דאָך אַ כפי', זיצט אַ גאַנצע נאַכט און טרייבט זי, און קען ניט נעמען, ווייל די משקה דאַרף טרינקען אַ איד שמחת תורה אויף בראדסקער12.

וואָס אויף אַ פעולה פון אַ אידן וואַרט אפילו מלאך מיכאל, וואָס ער האָט דאָך שטענדיק אהבה צו אלקות, מ"מ וואַרט ער אויף אַ פעולה פון אַ אידן, ווען קען ער אָנהויבן זאָגן קדוש, אַז אַ איד זאָגט דאָ למטה פריער קדוש, ברן יחד כוכבי בקר12, וואָס מלאך מיכאל האָט דאָך קפ"ו אלף מחנות13, וואָס קיין מלאך האָט אַזויפיל מחנות ניט אַרויסגעשטעלט, און אין יעדער מחנה איז דאָך עד אין מספר14, און זיי אַלע וואַרטן אויף אַ אידן, אַ אידן דאַרף גאָר ניט זיין נוגע ווען דער זמן איז, ער דאַרף וויסן ער שטייט אויף פון שלאָף,

הערות

  1. 8. ראה גם ספר השיחות תרפ"ט ע' 48. וראה תוי הניגון כפי שמקובל אצל חסידי חב"ד — ספר הניגונים ח"א ניגון כו (ע' 2019).
  2. 9. ר' שמואל בצלאל בר' שלום שבתי שעפטל. נפטר מוצש"ק נשא, אור ליום א' טו סיון תרס"ה. ראה תולדותיו — ב"התמים" חוברת א ע' סז [לה, א] ואילך. וראה ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 91 ואילך. תש"ז ע' 136 ואילך.
  3. 10. המשפיע ר' חנוך הענדל קוגל. בא לליובאוויטש ה' אלול תר"ג (אגרותקודש ח"ג ע' תה), ונפטר שם יט טבת תר"ס (ספר השיחות תש"ב ע' 100)[ednref_13_*]. — ראה אודותו: אגרותקודש ח"ג ע' תה ואילך. "התמים" חוברת א ע' עט [מא, א] ואילך. ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 16. וש"נ.
  4. 11. ראה אגרותקודש ח"ג ע' תה (הועתק ב"היום יום" ל שבט): מורי הרשב"ץ בא לליובאַוויטש ביום ו' פרשת משפטים תר"ח, הי' קורא את היום הזה יום הולדתו, ובכל שנה ושנה בלילה דיום ה' אור ליום ו' פרשת משפטים הי' ער כל הלילה וכו'. וראה גם ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 120.
  5. 11. ראה גם ספר השיחות תש"ו ע' 54.
  6. 12. ביתו של כ"ק אדמו"ר נ"ע היתה ברחוב בראדסקי 44.
  7. 12. איוב לח, ז. חולין צא, ב.
  8. 13. זהר ח"ג קנד, א. קנה, א.
  9. 14. ראה חגיגה יג, א: אלף אלפין ישמשוני' מספר גדוד אחד ולגדודיו אין מספר. [edn_13_*] ב"התמים" שבפנים ההערה, שנפטר ט' טבת. ב"תולדות התמימים" ("כרם חב"ד" גליון 3 ע' 27): כא טבת.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.