*

סימן נט

במותב תלתא בי דינא כו' ואתא לקדמנא מהו' יוסף במ' שמואל והעיד בתו"ע וא"ל כו'. איך ששמע מאביו מ' שמואל שהיה שם בספינה עם ר' צבי שאסנער בזה"ל. אז וויא דער קאנאט האט פאר צעפעט די ספינה האט זיך דיא ספינה איבער גיקערט. האבין זייא זיך אן גיחאפט אן קאנאט. אונ מוה' שמואל האט זיך אן גיחאפט מיטין פנים אראפ וואשער אונ מוה' צבי האט זיך אן גיחאפט מיטין פנים ארוף וואשער האט דיא ואלנא פון דיא וואשער אים גישלאגין אין מויל. אונ מוה' שמואל האט גישריען צו אים האלט זיך שטארק האט ער אים גיענטפרט איך האב שום קיין כח ניט אונ מע האט שום פון אים ניט גיהערט קיין קול. אונ מוה' שמואל הנ"ל האט גיזעהן וויא מוה' צבי הנ"ל איז אראפ גיפאלין וויא איין שטיין אין וואשער אונ איז מוה' שמואל מבולבל גיווארין אז דיא ערלים זיינען צו גיפארין מיט דעם פאראם אים אראפ נעמין האט ער מורא גיהאט פון בילבול ביז וואנען מי האט אים מיט גיוואלד אראפ גינומען. כ"ז העיד לפנינו בתו"ע ומה ששמענו כתבנו וחתמנו יום א' ג' אדר תקצ"ו. ישעי' עטין שבתי יפה בצלאל עפשטיין:

במותב תלתא בי דינא כו' אתא לקדמנא מו"ה ישראל במו"ה יעקב והעיד לפנינו בתו"ע כו' בזה"ל. איך האב גיגעבין געלט למו"ה שמואל בלאך ומו"ה צבי שאסנער אוף סחורה עורות. אונ זייא זאיינען גיפארין צו נאנד ר' שמואל הנ"ל ור' צבי הנ"ל והגיד לפני מו"ה שמואל בזה"ל. מיר זיינען ארוש גיפארין פון שורעז פאר נאכט אונ די נאכט איז ליכטיג גיוועזין און וויא מיר זיינען גיפארין אין דעם שיף וויא ר' צבי הנ"ל איז גיזעסין פון פארינט האט ער זיך פריער פאר צעפעט פאר דעם קאנאט און דער שיפיל האט זיך איבער גיקערט און האט גיזאגט מו"ה צבי הנ"ל צו מיר חאפ זיך אוך פארין קאנאט וויא איך האב אוך זיך גיחאפט פארין קאנאט און מיר האבין גישריען ביידע אונ וויא איך האב זיך אוך גיחאפט פאר דעם קאנאט איז דער קאנאט שווערער גיווארין זיינען מיר ביידע גיווארין אין וואשער און איך האב גישריען צו אים הירשיל האלט זיך שטארק האט ער מיר ניט גיקאנט ענטפערין נאר ער האט גימאכט בורבילקעס פון וואשער. און וויא דיא ערלים האבין אן גיהויבין צו שלעפין דעם קאנאט מיט דעם פאראם אזו איז מו"ה צבי אראפ גיפאלין אין וואשער וויא אשטיין אונ איך בין גיווארין העכער אונ אויף מארגין האט מען מיר גיבראכט די היטול אונ די ייארמילקע של מו"ה צבי הנ"ל. האב איך זייא דער קאנט אז דאש איש גיוויש מן מו"ה צבי הנ"ל ומה ששמענו כתבנו וחתמנו יום א' הנ"ל. ישעיה עטין שבתי יפה בצלאל עפשטיין:

במותב תלתא בי דינא כו'. העיד לפנינו ה"ה מו"ה ראובן במו' זאב בתו"ע וכו' בזה"ל. אני נסע עם ערל קעסליר ביחד דרך מלון בארווין והתחיל הנכרי מפעראוואז של נהר דווינא שהולכת שמה לספר עם הקעסליר הנ"ל איך שאירע פה מעשה בשני יהודים שהלכו בלילה בספינה קטנה א' מו"ה שמואל בלאך ואחד צבי הירש. אונ האט זעך פאר צעפעט די ספינה בעקאנאט. אונ האט זיך איבער גיקערט אונ האבין זיך אן גיצעפעט פאר דעם קאנאט. אונ האבין מיר גיהערט איין גישרייא רק פון שמואל הנ"ל אונ וויא מיר זיינען צו גיקומען מיטין פאראם אונ האבין אן גיהויבין דעם קאנאט פאנאנדער צו וויגין האבין מיר גיזעהין אז הירש הנ"ל (בזה"ל) ט(א הירשא פארמאלני מיי(ארטווי ווישעל נא קאנאט אי אטראוואלשא איז קאנאטא קאק קאמין או וו(אדו. דלא טאה(א שט(א א-ן הירשא ליזאל ליצ(אם פר(אצע וו(אדי דעק וואדא ייעה(א זאליל(א. כ"ז העיד לפנינו בתו"ע וכו' ומה ששמענו כתבנו וחתמנו יום ב' כ"ד ניסן תקצ"ו פ"ק ישעיה עטין שבתי יפה זאב וואלף:

שוב העיד הרב מו' שבתי יפה בתו"ע כד"ת שזה שנתיים שהיה הוא וחד דעימיה מו' משה פאליצקער באו גם שניהם למלון בארווין (הוא המקום שהמעבורת המים שמה שנטבע ר' צבי הנ"ל) ושמע מהערל המחזיק את הקרעצים והמעבורת המים במסל"ת כדברים שהעיד מו' ראובן הנ"ל והוסיף עוד שאחר שהצילו את ר' שמואל בלאך נסעו על ספינה קטנה על הנהר פן יראו את הנטבע ואמר בזה"ל (מי יעחעלי נא לאטקי לאדני צאש) אולי יראו אותו עולה. ולראיה באנו עה"ח יום ד' ח' כסליו תקצ"ח פ"ק וויטעפסק:

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.