<h3>יט אלול</h3>

רבינו הזקן זייענדיג נאך אין וויטעבסק, האט ער אמאל געזאגט א תורה אויפ'ן פסוק אתם נצבים גו', און האט געטייטשט מחוטב עצך ל' עצה, מ'דארף אויסהאקען די רבות מחשבות בלב איש, שואב מימיך אויסשעפען די מים וואס מצמיחים כל מיני תענוג.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.