<h3>יג חשון</h3>
דער בעש"ט פלעגט לערנען מיט זיינען תלמידים א שיעור גמרא. דער אופן פון דעם לערנען איז געווען מיט גרויס חריפות און גאונות, און מ'האט געלערענט דעם רמב"ם אלפס רא"ש און אנדערע מפרשים פון די ראשונים וועלכע זיינען שייך געווען צו דער גמרא וואס מ'האט געלערענט. דער בעש"ט פלעגט אפטייטשען די ווערטער אין אידיש. אז מ'האט געלערענט ערכין און געקומען צום מארז"ל (טו ב) לשון תליתאי קטיל תליתאי, האט דער בעש"ט אויסגעטייטשט: לשון הרע הרג'ט אלע דריי: דעם אויסטראכטער דעם דערציילער און דעם צוהערער, נאר דאס איז אין לבושים רוחנים, וואס דאס איז שווערער, ווי רציחה אין גשמיות.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.