<h3>יב מנחם אב</h3>

דער רבי - אדמו"ר הזקן - האט געזאגט פון מעזריטשער מגיד פון בעש"ט'ס וועגען: ואהבת לרעך כמוך איז א פירוש וביאור אויף ואהבת את ה' אלקיך. אז מ'האט האלט א אידען, האט מען האלט דעם אויבערשטען, ווייל א איד האט דאך אין זיך א חלק אלקה ממעל, איז אז מ'האט האלט דעם אידען, דעם אינוועניג פון איהם, ממילא האט מען האלט דעם אויבערשטען.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.