<h3>ז תמוז</h3>

אאמו"ר אמר: חסידות איז נעוץ תחלתן בסופן וסופן בתחילתן, די דרגא פון עיגולים מבלי אשר ימצא ראש וסוף, אבער אחר כל זה איז דער עיקר איז תורה.

דער בעש"ט איז געווען א מסודר, דער מעזריטשער האט מדקדק געווען אויף סדר, און דער עלטער זיידע - רבינו הזקן - האט געלערענט חסידים זיי זאלען זיין מסודרים, דאס זעהט מען איז זיינע מאמרים, בריף, ניגונים. די חסידים וואס האבען געהאט א זמן קבוע אויף קומען אין ליאזנא - דערנאך אין ליאדי - האבען ניט געהאט קיין רשות בייטען דעם זמן אן א רשיון פון רבי'ן, אויף באקומען א רשיון האט מען געדארפט האבען א טעם.

באם רבי'ן איז געווען א ועד מיוחד אויף פיהרען סדר החסידים ובראשו מהרי"ל אחי רבינו, און א באזונדער ועד אויף אנפירען מיט חסידישע יונגעלייט ובראשו אדמו"ר האמצעי.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.