ו'תשכד
ו' תשכד
[שושן פורים 1600 תש"ט]
געעהרטער הענרי מאָרגענטוי, נאציאנאלער טשערמאן, יונייטעד דזשואיש אפיעל, ניו יארק
מיין חשוב'ער מר. מאָרגענטוי
אין נאמען פון אגודת חסידי חב"ד פון די פארייניגטע שטאטען און קענעדא, פון וועלכע איך האב די עהרע צו זיין פרעזידענט, וויל איך פאָרלייגען דעם פאָלגענדען מעמאראנדום פאר אייך.
פילע פון אונזערע חב"ד פליכטלינגע שטראָמען יעצט קיין מדינת ישראל פון די די. פי. קעמפס און אנדערע פלעצער אין אייראָפע 1601 . די מדינת ישראל איז זייער אינטעריסירט אין די לאגע פון דיזע אומגליקליכע אידישע פליטים, און ווינשט צו זעהן זיי באזעצט אין א ספעציעלען חב"ד קאלאניע (מושבה חב"ד 1602 מיוחדת) אין ארץ ישראל, וועלכע די רעגירונג וועט העלפען ארגאניזירען ספעציאל פאר זיי, לויט א מודעה וואס מיר האָבען ערהאלטען פון דעם געעהרטען זלמן רובאשאוו, בילדונגס-מיניסטער אין רעגירונג פון ישראל. כדי דורצופירען דיזען פרויעקט איז די רעגירונג פון ישראל גרייט צו געבען צו דיזע חב"ד קאָלאָניסטען דעם באָדען פאר דיזע קאָלאָניע, און אויף צו באוויליגען זיי העלפט פון זייער נייטיגען בודזשעט וועלכע פאָדערט זיך פאר באזעצען איין הונדערד (100) אזעלכע חב"ד פאמיליעס אין דיזען קאָלאָניע. צוויי טויזענד ישראל פונטען (2000£) פאָדערט זיך צו באזעצען און איינאָרדענען יעדען פאמיליא אף די ערד פון דער קאָלאָניע. די ישראל רעגירונג איז גרייט צו געבען איין טויזענד ישראל פונטען (1000£) אין משך פון דריי יאהר פאר יעדען פאמיליא, בתנאי דאס מיר זאלען ביישטייערען די אנדערע טויזענד ישראל פונטען פאר יעדען פאמיליע, אָדער מיר זאָלען געבען, דאָס הייסט, א סך הכל פון איין הונדערט טויזענד ישראל פונטען (100.000£).
איך פיל אז איך דארף ניט אונטערשטרייכען די גרויסע וויכטיגקייט און דרינגענדקייט פון דיזען ענין.
מיר שעצען געהעריג אָפ די גרויסע ארבייט פון די יונייטעד דזשואיש אפיעל, און ווינשען אייך פולע הצלחה צו דערגרייכען דעם ציעל איהר האט זיך געשטעלט אין היי יאָהריגען קאמפיין.
נעמענדיג אין אָנבאטראכט דאס דיזע חב"ד פליטים זיינען א חומר מיוחד און זייער ווינשענסווערט אלס קאָלאָניסטען וועלכע וועלען זיין פון גרעסטען ווערט פאר די נייע מדינת ישראל, דאריבער האט די רעגירונג פון ישראל אויסגעדריגט איהר אינטערעס און גרייטקייט צו העלפען עטאבלירען אזא חב"ד קאָלאָניע ווי איך האב שוין אויבען דערמאנט.
מיר האבען יעצט די פראבלעמע פון שאפען דיזע נויטיגע סומע פון איין הונדערט טויזענד ישראל פונטען (100.000£), און אזוי ווי מיר באזיצען דעם גרעסטען האכשאצונג און אנערקענונג פאר די וויכטיגקייט פון יונייטעד דזשואיש אפיעל און איהר הצלחה, ווילען מיר ניט טאָהן קיין זאך וועלכע קען אין עפעס שטערען דעם פארייניגטען אידישען אפיעל. לכן, ווילען מיר ניט מאכען קיין ספעציאלען אוטסיידיגען אפיעל צו זאמלען די געלדער פאר אונזער פאָרגעשלאָגענעם חב"ד קאָלאָניא.
ולכן, בעטן מיר אייך אזוי גוט זיין צו שעהנקען אייער העפליכע און ניימיגע אויפמערקזאמקייט צו אונזער מעמאָמראנדום, און דאָס די יונייטעד דזשואיש אפיעל זאָל באוויליגען און געבען פאר דעם צוועק פון דיזע חב"ד קאָלאָניע אין ישראל די סומע 1603 פון איין הונדערט טויזענד ישראל פונטען (100.000£), פון די געלדער וועלכע ווערען געזאמעלט אין די פארייניגטע שטאטען ביי די יונייטעד דזשואיש אפיעל.
מיט אלע בעסטע ווינשונג און תורה גרוס, אכטונגספאל.
הערות
- 1600. מהעתק המזכירות, בצירוף תרגום אנגלי – בתאריך 16 במרץ 1949 (ט"ו אדר תש"ט). מהסגנון נראה שהוכן על ידי אחד מחברי המזכירות.
- 1601. שטראמען . . אייראפע: ראה תולדות חב"ד ברוסיא הסובייטית פרקים קיט-כ.
- 1602. מושבה חב"ד: הוראת רבינו לחלק מהפליטים לנסוע לנסוע לארה"ק להתיישב במושבה בפני עצמה, ניתנה בכ"ד כסלו תש"ט, ונדפסה לעיל ח"ט אגרת ג'שמז. כפר חב"ד נוסד בשלהי אייר תש"ט (ראה לעיל ח"י אגרת ג'תעט), כחודשיים אחרי כתיבת האגרת שלפנינו.
- 1603. געבען . . די סומע: על התגובה וההמשך – ראה לעיל חי"ג אגרת ד'תתקפח.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.