ו'תרמט
ו' תרמט
ב"ה 1413 , ט"ו כסלו תש"ז
ברוקלין
אל כללות אנ"ש ותלמידי 1414 תומכי תמימים, ותלמידי תלמידנו והנלוים עליהם להחזיק בדרכי התורה והמצוה, ד' עליהם יחיו
שלום וברכה!
טייערע און ליבע, תלמידים און תלמידי תלמידים, פון הוד כבוד קדושת אדוני אבי מורי ורבי הרב הקדוש זצוקללה"ה נבג"מ, וואס זיין זכות און דער זכות פון אונזערע הייליקע אבות און רביים רוהט אויף אייך און אויף אייערע פאמיליעס, אויף אונז און אונזערע פאמיליעס יחיו.
פון טיפין הארצין, גיב איך א לויב צו השם יתברך, וואס ער האט געראטעוועט אייך און אייערע פאמיליעס, און וואס מיר און אונזערע פאמיליעס, האבן דערלעבט צו דעם גליקליכן מאמענט, צו קענען שיקן א גרוס, צו אייך און צו אייערע פאמיליעס יחיו.
מיר און אונזערע פאמיליעס, ווי אויך אלע אידן – אן אונטערשייד פון גייסטיקן און מאטעריעלן שטאנד – האפן צו השם יתברך אז אין דער נאענטעטער צוקונפט וועלן מיר זיך זעהן מיט אייך, און יעדערער פון אונזערע, ברידער און שוועסטער, וועלן מיט דער גרעסטער ליבשאפט און איבערגעגבנקייט, טאן אלעס וואס אין אונזערע און זייערע מעגליכקייטן, צו העלפן אייך איינארדנען זיך מאטעריעל, און באזארגן מיט די געהעריקע חינוך אנשטאלטן די קינדער, זין און טעכטער יחיו.
השם יתברך זאל אנזעהן אונזער צובראכן הארץ, און אונזער טרויער, אויף אונזערע טייערע און ליבע ברידער און שוועסטער, זייערע זין און טעכטער, התמימים החסידים והישרים, וועלכע זיינען געהרג'ט, געקוילעט און פארברענט געווארן אויף קידוש השם, ג-ט ברוך הוא זאהל זיי באשטראפין, און אונז פירן מיט משיח צדקנו צו אונזער הייליק לאנד.
איך האב בעפולמעכטיגט את ידידי תלמידי היקר והכי נעלה מתלמידי תומכי תמימים וו"ח אי"א הרב מוה"ר בנימין שי' גאראדעצקי, איינצוארדענן בעזרת השם יתברך, די נויטיקע ערשטע רעטונגס און אויפהאלטונגס הילף, אויף צו פארווירקליכן די פערשידענע פארשלאגן ווי מיט ג-טס הילף, צו איינארדנען אנ"ש ובני ביתם יחיו.
שרייבט אויספירליך צו ציין באפאלמעכטיגן ידידי הרב גאראדעצקי שי', און ער וועט אייך לאזן וויסן, די אלע מעגליכע ידיעות און רעקאמענדאציעס.
השי"ת זאל אונז מזכה זיין צו זען זיך בקרוב.
ידידכם הדורש שלומכם
יוסף יצחק
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.