ו'שצז

ו' שצז

[כ"ג תמוז, תרצ"ה]

אל 536 מרת טשערניאק 537 תי'

אייער בריף האָב איך ערהטלטין, וי איך האָב זעך די לעצטע צייט דערוואוסט, איז די קריינקייט ואָס אייער מוטער 538 זאָהל לעבין – דער אויבערשטער זאָהל איר צושיקין אַ היילונג – ליידעט, איז דאָס ניט ד"ר גערזאן'ס ספעציאַלנסט, אין פאַריז בעדאַרף זאיין אַ ד"ר דינקין 539 – ער איז גיקומען פון ברלין, מאיינער א גוטער בעקאָנטער, זייער אַ גוטער ד"ר אונד מענטש – זאיין אַדרעס וייס איך ניט, איך שרייב צו מאיין פריינד הער ריינין 540 , אַז ער זאָהל אייך צוויסין געבין טעלעפאָניש אָדער בריפליך דעם אַדרעס פון ד"ר דינקין, און ועהן איהר ועט האָבין דעם אַדרעס ועט איהר זעך זעהען מיט ד"ר דינקין, איינלאַדין אים און בעראַטען זעך מיט אים.

אין אונזער הייליגע תורה תלמוד שטייט 541 גישריבין אַז די רפואה שיקט צו דער אייבערשטער גיבענטשט איז ער, דורך דעם דקטור און דורך דער מעדיצין, בעטין די רפואה, בעדארפמען בעטין באַ דעם אייבערשטין – גיבענטשט איז ער, און מי דאַרפין בענוצין דקטֹרים און מעדיצין.

דער אייבערשטער, גיבענטשט איז ער, זאָהל אין גיכין צו שיקין אַ גוטע היילונג אייער מוטער זאָהל לעבין, און זאהל אייך בעגליקין אין אלעס ואָס איהר האָט נייטיג.

געויס ועט איהר מיר שרייבין ואָס אייער מוטער זאהל לעבין מאכט, און ועגין ד"ר דינקין, מיך אינטערעסירט ויסין אייער פינאַסיעלע צושטאַנד צי האָט איהר אייער בעדערפניש, דער אייבערשטער זאָהל אייך בעגליקן.

המברכם.

הערות

  1. 536. מכתי"ק שבילקוט המכתבים.
  2. 537. מרת טשערניאק: אגרות נוספות אלי' – לעיל חי"א ד'שכג. חי"ג ד'תשמח.
  3. 538. אייער מוטער: ראה גם לעיל אגרת 335, ובהנסמן בהערות שם.
  4. 539. ד"ר דינקין: נזכר לעיל חט"ו אגרת ה'תקפה. ה'תרכא בסופה. ה'תרכד.
  5. 540. שרייב . . ריינין: לקמן אגרת הבאה.
  6. 541. תלמוד שטייט: ברכות ס, סע"א. ב"ק פה, א.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.