ו'שפ
ו' שפ
[י"ב ניסן תרצ"ה]
מרת 483 לאנדא תי'
שלום וברכה!
היר מיט דעם בריף ויהל איך אייך ליבער מענטש אויסדריקן מאיין הערצליכן דאַנק, פאַר די גרייסע מיהע ואָס איהר האָט גיהאַט איינאָרדערן אין בעזאָרגין די אַלע זאַכין אין עסין און טרינקען לויט די מעצידינעשע פאַרשריפטן באַ מיין אָפענטהאָל אין ויען.
מיט דעם שיק איך מאיין ברכה, אַז השי"ת זאָהל געבין אייער ליבין פאָטער, מאיין גוטן פריינד שי', לאַנגע גיזונטע גליקליכע יאָהרין, ער זאָהל האָבין פיהל פערגעניגין פון אַלע קינדער יחיו.
השם יתברך זאָהל אייך בעגליקן אין אַלעס, מיט די בעסטע ברכות.
המברכה.
הערות
- 483. מכתי"ק שבילקוט המכתבים.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.