ו'שעז
ו' שעז
ב"ה 474 , ב' י"ב ניסן רצ"ה
ווארשא
נעכטהן ועהן איהר זייט באַ מיר גיועהן, איז אין דער איינוייזינהייט פון אייער זוהן שי' איז מיר גיוען ניט בעקועם צו ריידין, דאָס ואָס איך האָב געואָלט מיט אייך ריידין, און ניט נאָהר ריידין, נאָהר איך האב געואָלט האָפען, און ויהל האָפין, אַז די רייד פון מאיין טיפער בקשה זאָהלין דורך אייער גוטן ויהלין מיט דעם אייבערשטינס הילף ערפילט וערין.
מאיין אַמטליכער פּאָסטין ואָס מאיין הייליקער פאָטער האָט אויף מיר אַרופגילייגט, איך זאָהל זאיין אופמערקזאַם צו די נייטיקע פריואַטע בעדערפנעש פון אנ"ש שי', און לייגין די גרעסטע מיהע אַרויסהעלפין זיי אין זייערע ליידין. זעהען וירקין אויף ויפיל מעגליך אַז איינער זאָל דעם צוייטין העלפין, און שאַפין דעם אופריכטיקן אהבת ריעים.
עס איז גאַנץ איבעריג שילדערין אייך דער אופן פון ארבעט, איך בין זיכער אַז בא אייך איז גאַנץ פריש אין זכרון דאָס אַלעס ואָס איהר האָט גיזעהען באַ אייער פאָטער החסיד ... אין הויז, און גיויס גילייענט די בקשה בריף פון מאיין פאָטער צו אייער פאָטער, פאַר פערשידענע העלפין, זיי נעמען אויף שטעלעס, אָדער אויסבאָרגין גמילות חסדים, און העלפין מיט גרעסערע סומעס.
מיט אַ געויסער צייט צוריק האָב איך זעך גיוענדט צו אייך מיט אַ גרייסער בקשה אַז איהר זאָלט לייען אייער קוזען החסיד ... אַ גמילות חסד. קין ענטפער אויף מאַיין בריף האָב איך ניט גיהאַט, קומענדיג – אין חדש כסלו, אין ויען, האָב איך וידערהאָלט די בקשה האָט איהר מיר בעאַנטואַרט אַז דאָס איז פאַר אייך שווער.
מיט גאָר גרייס לייד האָב איך דעם אַנטואַרט צוגינומען, מאיין פען איז צו שואַך צו קאָנען פאַרצייכענען, די לייפענדע רעיונות און זכרונות ואָס זיינען באַ מיר אין יענע עטליכע מינוט דורכגעלאָפין אין מאַיין גידיינקענעס.
די מלחמה האָט גימאַכט אייער קוזען ... פאַר א מיליאָנער, אין די עטליכע יאָהר פון תרע"ד-ע"ח, איז גיוען פערשידענע מאָמענטן, אין די פערהעלטענעס פון די צויי רייך ואַקסינדע גישעפט הייזער...
עס האט פאַסירט אַ מאָמענט, ועהן מאַיין פאָטער האָט זעך בעאומרואיקט פאַר דעם וואַלשטאנד פון הויז ... האָט ער ארויסגירופין ... און האָט פאַרלאַנגט אַז ער זאָל שטעלין אין דעם רשות פון מאַיין פאָטער אַגרעסער סומע געלד ניט זאָגינדיק צו ואָס פאַר אַ צועק ער ויהל האָבין די סומע. השי"ת האָט גיהאָלפין אַז מי האָט צו דעם ניט בעדאַרפט אָנקומען.
די איבערקערעניש אין די יאָהרין תר"פ-פ"ב האָבין צו גרונד גיבראַכט די ביידע גרייסע הייזער, און פון יעמולט אָן הייבט זעך אָהן דער שווערער לעבען פון אייער קאָזען.
עס איז אָבער ב"ה פיהל גוטעס אום צושרייבן ואָס ער האָט ב"ה די גאַנצע צייט זיין אינערגיע און פייאיקייט אויסגיאיבט מיט דעם גרעסטין מוט און שטאָלץ זאַיין פרנסה מיגיע כפיו.
דער גרייסער מיליאָנער ואָס איז גיוען אַרום גירינגילט מיט דירעקטאָרין פון זאַיינע גרייסע גישעפטין, מיט בוכהאַלטערין און גישעפטס פיהרער, איז גיואָרין אַ איינפאַכער קליינער האָלץ סוחר ואָס די נעכט איז ער אויף דער רייזע אין די ואַגאָנעס און די טעג אויף די לאַגערין אופקויפין און פאַרקויפין זאַיין ביסיל סחורה.
בא שבת בא מנוחה 475 , די זעקס טעג אין ואָך, זאיינען טאַקע די אמתע ששת ימי העבודה, ניט גיגעסין ניט גישלאָפין ניט גירוהט, פאַר יאָגט און פאַר האָרעוועט, קומט דער שבת קומט די רוהע.
אַך וי גרייס איז די בקשה פון שלמה המלך ואָס ער בעט באַ דעם אויבערשטין ב"ה, ראש ועושר אל תתן לי 476 , ער – שלמה המלך – שטעלט ביידע זאַכין אָרימקייט און רייכטום אויף איין ואָג, און בעט דעם אייבערשטין ב"ה, אַז ער זאָהל אים ביידע זאַכין ניט געבין ניט קין אָרימקייט און ניט קין רייכטום.
שלמה המלך נעמט אָהן די חסרונות פון די ביידע זאַכין, דער חסרון פון רייכטום איז לויט שלמה המלך'ס אָפפאַסונג איז, אַז מי איז זאַט און אופגילייגט פון די מאַטריעלע גוטן לעבין וערט מען באיי זיך גרייס, אַ בעל גאוה און מי הייבט אָן האַלטין פון זיך, אַז מי איז אַ חכם און אַ פאַרשטייער וי צו פיהרין גישעפטן.
פן אשבע וכחשתי ואמרתי מי ד' 477 , עס קאָן זאיין, זאָגט שלמה, אַז ועהן מי וערט רייך און זאַט אין פאַרגיניגין, אַז מי הייבט אָן אויסמיידין לייבין דעם אייבערשטין פאַר די אַלע גוטע ואָס ער גיט דעם מענטשין, און מי דעם וואוקס פון זאיין רייכטום וערט אַלעס שטאָלצער באיי זיך פון זיך, ביז ער הייבט אָן לייקענען און זאָגין מי ד' מי בעדאַרף אַליין האָרעוען, און אַז מי האָרעועט האָט מען.
עס איז גיוען איינער אונזערער אַגוטער בעקאָנט[ע]ר אייער ברודער מאיין פריינד ... האָט אים גוט גיקאָנט ... האָט ער גיהייסין, גיוען איינער פון די גאַנץ גרייסע ואַלד סוחרים, מיט אַ פיינעם סוחרישין נאָמען, גיקאָנט אַביסיל לערנען און גיוען אַ אַמאָליקער משכיל, גילייענט מאַפע, גאטלאבער סמאלענסקין.
...איז גיוען אַ שומר שבת גידאַונט דריי מאָהל אַ טאָג, האָלט גיהאַט הערין און זאָגין אַ בלאַט גמרא, גישטאַמט פון חסידים נאָהר ער איז גיוען אַ פארגישריטינער, אַ משכיל.
זייענדיק רייך און גוט גישטימט פלעגט ער ליב האָבין זאָגין אַ ויץ – דרך אגב דאָס איז ליידער אַ שלעכטע אייגנשאַפט באַ פילע גבירים – איז אַז מי פלעגט ריידין ועגין קויפין אַ ואַלד, פלעגין די בראָקערעס [זאָגן], אַז אם ירצה השם ועט אין ואלד זאיין אַזייפיל און אַזייפיל סחורה, פלעגט זעך ... ויטצלען און זאָגין, אַז ער קויפט נאָר מציאות, אַז אפילו אם לא ירצה השם, זאָל אויך זיין פרנסה.
דעם ויץ האָט ... אמאהל גיזאָגט אין דער איינוייזינהייט פון אייער פאָטער ... אי[ר] קאָנט זעך פאָרשטעלין מיט ואָס [פאַר] אַ חסידות'ן טעמפעראַמענט אייער פאָטער האָט אויף דעם רעאַגירט.
דער פריערדיקר רבי – זאָגט אייער פאָטער, מיינענדיק דעם זיידין כ"ק אדמו"ר מהר"ש – האָט גיזאָגט, אַז די ועלט האָט זעך גיביטין און גיואָרין קולטורנער, דעם ואָס מי האָט אַ מאָהל גירופין אפיקורס רופט מען היינט משכיל, די שטאָף איז די זעלבע נאָהר די נעמעהן האָבין זעך גיביטן.
דעם גאַנצען גרייסין מיליאָנען פארמעגן ואָס ... האָט ערייכט, איז ניט פאַר אונז גידאכט און ניט פאַר קיין אידן גידאַכט, האָט דער אם לא ירצה השם אינגאַנצין צוגינומען און איז גיבליבין הייל נאַקעט, גישטאָרבין ל"ע אַ אָרימאַן, און די קינדר ואָס האָבין זעך גיבאָדן אין רייכטום נייטיקן זעך אין שטיצע פון גוטע מענטשין.
רייכטום איז איינע פון די גיפערליכסטע פריוענגען, ואָס דער בורא עולם ית' פרובירט דעם מענטשן צי ועהט ער – דער מענטש – פאַרשטיין וי צו בעגיין זעך מיט דער מתנה ואָס גאָט ב"ה גיט אים.
און איינע פון די גליקלעכסטע מעגליכקייט – ועהן דער מענטש ערפילט זיין חוב אין צדקה ומעשים טובים – צו ערהייבין וערין צו אַלעם העכסטין גוט ואָס ועהרט אויסגישפראָכין אין דער געטליכער צוזאָג, גיזונד פאַמיליען גליק לאַנגע יאָהרין מיט רייכטום און עהרע.
מיר איז זייער שווער וידערהולן אַ צוייטן מאָהל די זעלבע בקשה, איך גלייב אַז איהר פילט מיט מאיין שוועריקייט אין דעם זיהן, און וי איהר גידיינקט מאיין חאַראַקטאָר מיט דרייסיק יאָהר פריער, און בפרט נאָך דער אונטער ריידונג ואָס מיר האָבין גיהאַט דעם וינטער, איבער חסידות'שע גיבירטליכע און ערציאונגס גיפילין, ואָס איהר האָט זעך מיר אָפענהערציק קלאָר דאייטלעך אַרויס גיזאָגט, איז מיר נאָך שווערער צו בעטין.
אָבער דער געטליכער פליכט ואָס ליגט אויף מיר וי גיזאָגט אַז מאיין לעבין און אַרבעט זאָל זאיין גוידמעט אַרויסהעלפין אנ"ש שי' אין זייער גידריקטן לעבן מיט ואָס נאָהר עס איז מיר מעגליך, ניט רעכענען זעך דערבאיי מיט די אַלע פערזענליכע אומאָנגינעמיקייט און שוועריקייט.
דעם מאָהל איז מאיין השתדלות און בקשה אין זייער אַלייכטן פאָרים, געבין אייער קוזען ... אַ ועקסיל קרעדיט אויף דער סומע פון 5000 זלאַט אָהן קיינע געלד פערלוסט, דאָס הייסט אוציטעוען אים די ועקסלען אין איינע פון אייערע האַנדלס ביינק מיט דעם באַנקאָוושקין פראָצענט.
איך האָף צו האָבין פון אייך אַ באַלדיגן ענטפער, אין ואָס איך בעט אייך זייער.
איך ווינטש אייך מיט אייער וערטע פאַמיליע יחיו אַלעס בעסטע שמחת החג מיט אַגוטן גיזונדן גליקלעכן תמיד, און בעט זייער זאָ גוט זאיין גריסין אייער וערטע ברידער שי' אין מאיין נאָמען.
א באַזאָנדערן האַרציקן גריס אייער וערטין זוהן שי' מיט אַ ברכה אַז השי"ת זאָהל אים שטאַרקין די האַרץ, און ערועקן די אינערליכע גיפילן אוף צו דער קאָנען דעם אמת פון שמירת המצות מעשיות, און זאיין אַ גיזונטער שטאָלצער איד לויט דעם אופריכטיקן אופפאַסונג און אַנערקאָנונג פון די צויי האָכגיאָכטעטע פאַמיליעס...
הערות
- 474. מכתי"ק שבילקוט המכתבים.
- 475. בא שבת בא מנוחה: פרש"י בראשית ב, ב. פרש"י מגילה ט, א ד"ה ויכל. וראה ב"ר פ"י, ט.
- 476. ראש ועושר אל תתן לי: משלי ל, ח.
- 477. פן . . מי ד': שם ל, ט.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.