ו'שסח

ו' שסח

ב"ה 439 , ט"ו תמוז תרצ"ד

ווארשא

ענטפער אויף אייערע בריף, דער אויבערשטער זאָל אייך בעגליקין אַז די אלע ברכות ואָס מי האָט אייער מאַן אייך און די קינדער גיוונשין זאהלין מקוים וערן.

זאָגט די קינדער 440 יחיו, אַז וען זיי ועלין מיך פאָלגין ואָס איך זאָג זיי אַז זיי זאָהלין זיך פיהרין אידעש, תפילין, שבת, טהרת המשפחה, ניט גאָלען זיך מיט קיין גאָלמאשינקעס, יעמאָלט זאַיינען זיי גערעכט ואָס זיי פערלאיינגען פון השם יתברך אַז ער זאָל מיך פאָלגין און מקיים זאיין די ברכות ואָס איך האָב זיי געוונשין, אָבער אַז זיי פאָלגין מיך ניט, וי פאַרליינגען זיי אַז דער רבונו של עולם זאָהל מיך פאלגין.

השם יתברך זאָל זיי געבין גוטע הערצער אויף זאיין ערלעכע אידין, און דער אויבערשטער ב"ה זאָל זיי בעגליקין.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

הערות

  1. 439. מהעתק המזכירות.
  2. 440. זאגט די קינדער: ראה גם לעיל ח"ה אגרת א'שס, ובהנסמן בהערות שם. לקמן 438.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.