ו'שמו

ו' שמו

ב"ה 366 , ד', ב' דר"ח אלול, תרצ"ג

ווארשא

כבוד ידידי הגביר הנכבד והכי נעלה, בעל מדות טובות, עושה צדקה, מו"ה משה שמואל 367 שי'

שלום וברכה!

איך בין ב"ה גוט אָנגיקומען קיין ווארשא, און איך ואָלט ועלין ויסין ויא פילט איהר זיך אין גיזונד? און וי גייט אייך דיא קור?

השי"ת זאָל אייך און אייער פאַמיליע שטאַרקין דעם גיזונד, וימלא השי"ת משאלות לבבכם לטובה ולברכה בגשמיות וברוחניות.

קומענדיג אויפין אָרט, זעהענדיג ויא עס וערט ב"ה זייער גוט גילערינט אין אַלע אָבטיילונג 368 , נאָר דיא מאַטעריעלע לאגע איז זייער אַשוערע, און דיא הונדערטער תלמידים שי' ליידין אַסאַך נויט און דחקות, ואָלט איך גיואָלט בעטין פילייכט איז מעגליך צוא ויסין אייערע בעקאַנטע, ועלכע געפינען זיך יעצט אין קאַרלסבאַד, ואָס זייא קאָנען האָבין אַאינטערעס אויף ועלין אונטערשטיצין מיינע אונטערנעהמונגען, און קאָנען זיין מיר מיט הילפיג מיט אַגיויסער סוממע, ועלכע עס איז זייער נויטיג באַ יעצטיגען שווערין מאָמענט.

ויסענדיג אייער גוטין גיפיל אין אונטערשטיצין תורה אַנשטאַלטין, בין איך זיכער אַז ואָס עס ועט נור זיין מעגליך, וועט איהר גיויס טאָן מיט'ן גרעסטן פאַרגעניגען.

אויב אייך ועט ניט זיין שווער, ואָלט איך ועלין בעטין, אַז איהר זאָלט אַזוי גוט זיין מיר אָפ שיקין אייער מאָנאַטליכע שטיצע פאַר דיא 3 חדשים – מנחם אב, אלול, תשרי – אין וארשא דורך אַטשעק אַף פאַריז אַף מיין נאָמען אין אַרעקאָמענד-בריף.

איך האָף אַז געויס האָט איהר זיך גיטראָפין עם ידידי הנעלה הגביר הנכבד מר רוטשטיין 369 שי', ואָס דורך איהם קאָנט איהר אויספירליך ויסין דיא פיהרונגען...

הערות

  1. 366. מהעתק המזכירות.
  2. 367. מו"ה משה שמואל: סופר. הי' מכונה "מארץ", וביקר אצל רבינו במאריענבאד בכ"ח מנ"א, כדלקמן אגרת הבאה. לעיל ח"ג אגרות תרפט-צ. חט"ו ה'תקכג. אגרת נוספת אליו נזכרת לעיל 335.
  3. 368. אין אלע אבטיילונג: של הישיבה תומכי תמימים.
  4. 369. מר רוטשטיין: שבאגרת הבאה.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.