ו'רסה

ו' רסה

ב"ה 48 , כ"א תמוז [תרצדי"ק]

ספינה ברעמען

אל כבוד ידידי הג' הנכבד אי"א מו"ה אבא אליעזר שי'

שלום וברכה!

אייער בריף האָב איך ערהאלטין און גילעזין מיט פרייד הערנדיק אַגריס פון אייך און פון...

איך האָף אַז מאַיין שרייבין צו אים וועגין טהרת המשפחה ועט גיוויס בריינגען דיא ריכטיקע גוטע פרוכט.

די לעצטע צייט האָב איך גיווירקט עס זאָל אפגידרוקט ווערין אַ קליינער העפט 49 איבער טהרת המשפחה אין איינגליש.

אייניגע עקזעמפליאַרין האָב איך גישיקט צו ידידינו לאיער סטאר שי', גיויס האָט איר דאס גיזען.

פון פערשידענע ערטער איז אנגיקומען [באַריכטן] אַז עס האָט ב"ה גיהאַט גרייס ערפאָלג, איך בין זיכער אַז וועהן אייער זוהן 50 הנכבד והנעלה יחי' וועט נעמען אינטערעס אין פאַרברייטערין דעם בוך צווישען זיינע באקענטע וועט דאָס בריינגען זייער פיל גוטעס.

איבער דער שוהל פראַגע שראַייב איך 51 אַ אַלגעמיינעם בריף, והשי"ת יעזור שיהי' לתועלת.

הערות

  1. 48. מהעתק המזכירות.
  2. 49. א קליינער העפט: דלעיל אגרת 260, ובהנסמן בהערות שם.
  3. 50. אייער זוהן: מר יהושע בן ציון.
  4. 51. שראַייב איך: אגרת הבאה.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.